מוסדות התורה והחינוך פאר ילדי לינדען

מיט גרויס פרייד ווערט געמאלדן איבער א היסטארישע דורכברוך אינערהאלב די נייע חרדישע יושוב אין לינדען ניו דזורסי, ווען אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג געשלאסן געווארן די קאנטראקט אויף א ריזיגן בנין וואס וועט דינען אלס די 'מוסדות התורה והחינוך' פאר 'ילדי לינדען'. אין די יעצטיגע טעג ווערט אוועקגעשטעלט א 'וועד הרוחני' וואס וועט פארקערפערן פארשטייער פון אלע קהלות תושבי לינדען בהתעייצות די מייסד הקריה כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א. אזוי אויך ווערט אוועקגעשטעלט א 'וועד הגשמי' פון חשובע בעלי בתים וואס וועלן זיך אפגעבן מיט די אדמינעסטראציע על צד היותר טוב.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל