עֵת צָרָה הִיא לְיַעֲקֹב • פארערגערונג אין מצב הבריאות ביי האד' מסאדיגורה שליט"א; עצרת תפילה אין סאדיגורה ביהמ"ד

מיט גרויס זארג איז אויפגענומען געווארן די בשורה לא טובה איבער א פארערגערונג איין די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א, די רבי שליט"א געפונט זיך אין זייער נישט קיין גוטן געזונט צושטאנד אין איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.

פון חצר הקודש סאדיגורה איז געמאלדן געווארן איבער אן 'עצרת תפלה והתעוררות' לרפואתו השלימה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א, דער צוביר ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואת מרן ישראל משה בן ציפורה פייגא שליט"א לרפואה שלימה בקרוב אין איז זקוק לרחמי שמים מרובים.

די מעמד עצרת התעוררות וועט פארקומען מיטוואך 4:00 אזייגער נאכמיטאג בהיכל בית מדרשו הגדול אויף רחוב גוטמכר אין בני ברק.

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל