מטעם בד"ץ העדה החרדית איז פאררופן געווארן אן עצרת תפלה העולמי

מטעם בד"ץ עדה החרדית איז פאררופן געווארן אן אלט-וועלטליכע 'יום תפלה' אויף דעם קומענדיגן דארנעשטאג ער"ח אייר – אני ה' רופאיך, גענוי ווי עס איז פארגעקומען פארלאפענעם ער"ח ניסן העלל"ט. ווי כלל ישראל וועט מעורר זיין רחמי שמים לעצור בעד המשחית אין די יעצטיגע קריטישע מצב און יעדע ראש המשפחה זאל געבן ח"י דאללער פדיון נפש.  אינעם 'יום תפלה העולמי' וועלן אנטייל נעמען גאנץ כלל ישראל פון איבער די גאנצע וועלט אנשים נשים וטף, יעדער ביי זיך אין שטוב אין די זעלבע צייט: עלף דרייסיג אין ניו יורק, זעקס דרייסיג אין ארה"ק און אזוי אין אלע לענדער איבער די וועלט לויט זייער זייגער. מ'וועט אנהייבן מיט פרקי תהילים כ, קכא, מ, מא, קח, קמב, ויהיה נועם, סדר הקטורת, רבון העולמים, סדר אבינו מלכינו. 12 אזייגער וועט גאנץ כלל ישראל זיך צוזאמען מקבל זיין קבלת עול מלכות שמים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל