גדולי ישראל נועדו: ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא באזוכט ביי האד' מוויזניץ לכבוד המועד

דאנערשטאג א' דחול המועד סוכות • י"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לברך ולהתברך בברכת החג.

דער באזוך האט געדינט אלס ביקור גומלין, נאכן פריערדיגן באזוך פונעם וויזניצער רבי'ן ביים ראש הישיבה דעם ווינטער איידערן אפרייזן קיין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה. דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ראש הישיבה אין זיין פריוואטער סוכה ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ וואו עס זענען אנוועזנד געווען עטליכע פון דעם רבינס קינדער און הרבני הנגיד ר' מתיתיהו גרוזינגער הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ, וואס איז א נאנטער מקורב ביים ראש הישיבה.

עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס קרוב צו צוואנציג מינוט, מעניני חג הסוכות. בין הדברים האט זיך דער ראש הישיבה נאכגעפרעגט איבער די אנטוויקלונגען אינעם רבינס מצב און געוואונטשן א רפואה שלימה. ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי מכבד געוועהן דעם ראש ישיבה מיט לחיים און דאן ארויסבאגלייט בשארית כוחותיו.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ