פרייטאג פ' האזינו • י'א תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם דינסטאג באישון ליל, ערב יום הקדוש איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אויפן וויזניצער בית החיים אין בני ברק וואו דער רבי האט זיך איינגעשפארט ביחידות אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ מעתיר צו זיין לקראת יום הדין, אויף א גמר חתימה טובה. דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אינעם אהל הק' לענגערע שעות נאכאנאנד, ווען די בכיות און יללות האט זיך גור ארויסגעהערט אינדרויסן פונעם אהל. בשעה 5:00 פארטאגס האט דער רבי פארלאזט דעם ציון הק' און קורצליך דערויף אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול.