חסידי נדבורנא ירושלים נאך אונטערן איינדרוק פון געהויבענער מסע הקודש קיין בישטינא בימי הסליחות

דינסטאג פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער


חסידי נדבורנא ירושלים זענען נאך אלס אונטער'ן טיפן איינדרוק פונעם זעלטענעם יומא אריכתא ביים געהויבענעם מסע הקודש וואס דער מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א האט אונטערגענומען לעיר אבותיו הק' בישטינא אוקראיינע, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים עדת צאן מרעיתו, פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פונעם סבא קדישא הרה"ק ר' מרדכי'לע פון נאדבורנא זי"ע לקראת די ימי הרחמים והרצון.

די נסיעה האט גלייכצייטיג געטראגן א ספעציעלן באדייט, ווען דער רבי שליט"א האט ביי דעם געלעגנהייט צום ערשטן מאל געזאגט סליחות ברוב עם אין אט דעם הייליגן פלאץ מקום שהתפללו בו אבותיו ורבותיו.

זונטאג אויפדערנאכט האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט צום לוד לופטפעלד פון ווי מען איז ארויסגעפארן מיט א ספעציעלע טשארטער פליגער וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו די נסיעה, דערויף איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אינעם לופטפעלד אין באגלייטונג פונעם פמליא משמשים בקודש ובני המשפחה, וואו דער רבי שליט"א איז מיט א ספעציעלע ערלויבעניש צוגעפארן מיטן קאר ביזן פליגער.

א התרגשות האט ארומגענומען די חסידים זעהנדיג פני מלכם דער רבי שליט"א האלטנדיג אין די האנט דעם זילבערנעם שטעקן וואס דער רבי האט באקומען בירושה פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנא זצוק"ל, והמטה הזאת תקח בידיך אשר תעשה בו את האותות, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי גייט מיטן זילבערנעם שטעקן כמנהג אביו.

אויפן פליגער האט מען געזאגט סליחות און דערנאך געדאוונט א ווארימע שחרית, מאנטאג אין די פארמיטאג שעה'ן האט מען בשלו' געלאנדעט אינעם קאשוי לופטפעלד אין סלאוואקיי וואו עס האבן אפּגעווארט דעם ציבור הערליכע באקוועמע באסעס וואס האבן געפירט מיט שיירות דורך די גרעניץ קיין אוקראיינע. נאכמיטאג איז מען אנגעקומען קיין חוסט ווי עס האבן זיך מצרף געווען די חסידים פון ניו יארק און אייראפע, מען האט געדאוונט מנחה אינעם ביהמ"ד אין חוסט נאכגעפאלגט מיטן מעמד הכנה איידער'ן אנקומען צום שטאט בישטינא, מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים בעת די רבי איז איינגעהילט בשרעפי קודש, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד פה מפיק מרגליות הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א איבער די געוואלדיגע זכיה צו זיין מקושר לאילני דחיי, און דער יעצטיגער עת רצון פוקד צו זיין דעם ציון הק' אין בישטינא אין די ימי הרחמים והסליחות.

דאן האט מען ממשיך געווען קיין בישטינא, ווי מען איז תיכף ביים אנקומען אין שטאט צוגעפארן צו א הערליכער זאל סמוך ונראה צום ציון המצוינת ווי עס איז פארגעקומען די פראכטפולע מעמד 'וועידת גשים מול ארון הקודש באימה' למען החזקת וביסוס חצר הקודש נדבורנא ירושלים.

נאך תפילת מעריב האט זיך די ציבור געוואשן צו א רייכע סעודה ברוב פאר והדר, אלס יושב ראש המעמד האט געדינט די בארימטע מגיד מישרים הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש וועלכע האט אנגעפירט די מעמד בטוב טעם ודעת, בין גברא לגברא האט מען געהערט רייכע פרקי שירה וזמרה דורך די חברי המשוררים בחצר הקודש אינאיינעם מיטן בארימטער בעל מנגן ר' ישראל אדלער. אנהייב פונעם מעמד איז פארגעקומען א סיום אויף מסכת הוריות אין ראם פון דף היומי, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד דער נואם הכבוד הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א וואס האט מרחיב געווען בדיבורו איבער די חוב קדוש וואס ליגט אויף יעדער חסיד צו נעמען א חלק בהחזקת המוסדות הקדושים, און דערמיט קענען מבטיח זיין פארן ר"ר מרדכי'לע זי"ע אז מיר האבן אלע צוגעלייגט א פלייצע פאר די מוסדות וואס טוען ממשיך זיין זיינע הייליגע דרכים.

דערנאך האט מען געהערט הארציגע דברי חרוזין פון ר' ישראל אדלער הי"ו אינאיינעם מיטן בעל מנגן בחצה"ק ר' שמואל זאנוויל באטלמאן הי"ו וועלכע האבן הערליך ארויסגעברענגט דעם רבינס עבודה אין די הייליגע טעג בדרך אבותיו הקדושים. דאן האט דער יושב ראש אנגעווארמט די משתתפים זיך אנצורופן בעין יפה און אונטערשרייבן א שטר שותפות מיטן רבי'ן, עס איז געווען א מחזה הוד וואו די חסידים האבן באלד אויסגעשריבן הנני, און זענען דורך אל מול פני הקודש מיט די שטרי התחייבות פאר קרוב צו צוויי שעה. ביים ענדע פונעם מעמד האט דער רבי געבענטשט על הכוס און זיך דערנאך אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגע ריקוד.

עס איז שוין געווען באישון ליל ווען דער גאנצער ציבור האט פארלאזט דעם זאל, און מען איז דאן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן ארויפגעגאנגען צום ציון הקדוש מעורר רחמים צו זיין עבור הכלל והפרט, דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעגאנגען צום מקום מנוחת קדשו פון זיין הייליגן זיידן דער סבא קדישא און געצינדן די ליכט, און תיכף אנגעהויבן זאגן דעם גאנצן תהלים מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, בשעת דער גאנצער ציבור גיסט זיך אויס די הערצער אויסצובעטן ישועות ורפואות בזכות הצדיק הספון פה. נאך אמירת תהלים האט דער רבי פארגעזאגט יהי רצון און י"ג מדות של רחמים, וואס דער ציבור האט נאכגעזאגט מיט קולות ובכיות, דערנאך האט די רבי אויפגענומען פאר איבער צוויי שעה די שותפים נאמנים בפתקי דרחמי ביים ציון הק' וואו יעדער איז אריין פריוואט, און זיך געוואונטשן בכל משאלות לבו לטובה.

נאכן זיך מטהר זיין אין מקווה האט מען געזאגט די סליחות בהתעוררות רב סמוך ונראה צום אהל הק' און נאך תפילת שחרית האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל נאך א געהויבענעם מעת לעת באתרא קדישא בישטינא אנגעזאפט מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, און דערמיט איז געשלאסן געווארן דער געהויבענער מסע קודש וואס וועט געוויס איבערלאזן א לענגערע רישומא דקדושה אויף אלע באטייליגטע.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ