מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
ווי איינגעפירט אין די פארגאנגענע יאהרן בין כסא לעשור איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א גרויסע כינוס חיזוק בחצר הקודש גור, מיטן נאמען "ליראה", מיטן ציל זיך מחזק צו בעניני יראת שמים און באזונדער דאס יאהר האט מען מעורר געוועהן איבער די מידה פון עין טובה. די אסיפה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ביי וועלכן עס זענען געהערט געווארן דרשות מפי הרבנים הגאונים שליט"א און דעם רבינס קינדער. צום שלוס פונעם אסיפה האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן כל הקהל הקודש מיט א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאהר.