מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
דעם זונטאג בין כסא לעשור איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון אן אור אייניקל ביי האדמור"ים מסאסוב און פינסק קארלין, בן הנולד ביי הרב שמואל בראנסדארפער זון פון הגה"צ רבי יוסף קדיש בראנסדארפער אבד"ק קנה בושם טבריה און איידעם פון הרה"צ רבי משה טייטלבוים אב"ק סאסוב בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די ישיבה גדולה דחסידי סאסוב אין קרית ישמח משה, וואו דער זיידע האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט געדינט אלס כהן הפודה.