יזכור אהבתו: יום השלושים פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל אפגעצייכנט דורך חסידיו ומעריציו

זונטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן


דעם דאנערשטאג צום גדליה איז אפגעצייכנט געווארן דער יום השלושים פון בוצינא קדישא כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה וואס איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים פארלאפענעם ב' אלול.

אין די נאכמיטאג שעהן איז פארגעקומען די מעמד תפילת רבים אינעם אוהל הקדוש במרומי הר הזיתים אין שפיץ פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און דעם רבינס שוואגערס הרבנים שליט"א. די רבי שליט"א האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים, און די אותיות השם און נשמה פון תמניא אפי, דערנאך האט מען אפגעראכטן די הקפות כנהוג, און די רבי שליט"א האט געזאגט קדיש. נאכן עלייה לציון האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות הרה"ג ר' אברהם אייזנבאך שליט"א מרבני הקהילה.

שפעטער אויפדערנאכט האבן זיך פילע חסידים ואוהדים און אנשים חשובים פארזאמלט בבית מדרשו של רבי אין ירושלים וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן אן עצרת מספד והתעוררות צו באוויינען דעם שווערן פארלוסט פון אותו צדיק. במשך די עצרת האבן אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מוויטעבסק שליט"א, הגה"ח ר' מנחם ווייס שליט"א ראש ישיבת אושפיצין, הגאון רבי אהרן פוקס שליט"א מו"ץ העדה החרדית, און הרה"ח ר' מנחם מאניש בערגער הי"ו מנכבדי העדה, וואו די מספידים האבן פה אחד ארויסגעהויבן אינטערסאנטע שטריכן פון דעם רבינס מהות און זיין עבודה נשגבה.

צום קלימאקס האט מען געהערט מילי דהיספדא און דברי אלוקים חיים פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וועלכע האט ארומגערעט דברי זכרון והערכה און דערביי מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים. נאך די הספדים האט די רבי געזאגט דעם קדיש דרבנן.

אין וויליאמסבורג איז פארגעקומען א עצרת הספד והתעוררות מוצאי צום גדליה בבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א וואו עס האבן אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון הגה"צ אב"ד סאמבור וויליאמסבורג שליט"א, און הרה"ג ר' יואל אריה שטערן שליט"א פון די נאנטע מקורבים ביים רבי'ן ז"ל.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ