בֹּאוּ שְׁעָרָיו בְּתוֹדָה: היסטארישער שבת פתיחת שערים פון נייעם גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב-45 | ברייטע דעקונג

זונטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


א התרגשות'דיגער שטימונג האט פארלאפענעם שבת פ' נצבים געהערשט אין די שטאט בארא פארק בכלל, און צווישן חסידי באבוב-45 פון אומעטום בפרט, ווען מען האט זוכה געווען מחנך צו זיין דעם נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי באבוב-45, וועלכער איז עומד לנס ולתפארת אין צענטער פון שטאט, דער נייער בנין וועלכע וועט אי"ה דינען אלס דער תל תלפיות פון עדת חסידי באבוב 45 איבער דער גארער וועלט, ובפרט פאר די אלפי החסידים תושבי בארא פארק, וועלכע האבן זוכה געווען צו באנייען זייער נייעם היים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.

בפקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א וועט דער בית המדרש שוין באנייט געווארן שבת פרשת נצבים, לפי הוראת קדשו פון זקינו כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצוק"ל, וואס מיט פערציג יאר צוריק, ווען מען האט באנייט אין בארא פארק דעם נייעם בית המדרש אויך לקראת הימים נוראים פון יענעם יאר, האט דער רבי זצוק"ל באפוילן אז מען זאל זיך שוין אריינציען אינעם נייעם בית המדרש אויף שבת פאר ראש השנה, כדי אז אום ראש השנה זאל מען שוין זיין רגיל אינעם נייעם בית המדרש, און קענען מקדיש זיין די הייליגע טעג, בלויז אויף תפלה ותחנונים מיט הרחבת הלב ומנוחת הנפש.

אין די לעצטע טעג און וואכן פאר דער עפענונג פונעם ביהמ"ד איז די ארבעט פארשטארקט געווארן, און איז אנגעגאנגען רונדע דעם זייגער, גומר צו זיין דעם בנין בעתו ובזמנו, ביז מ'האט ב"ה מצליח געווען צו פארענדיגן די ארבעט, אהערצושטעלן דעם נייעם ביהמ"ד צום באשטימטן זמן פון שבת פרשת נצבים, דער אונטערשטער שבת פונעם יאר, אויף ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א האט באשטימט דעם פתיחת שערים.

אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילצאליגע געסט, אורחים מחוץ לעיר, מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת פתיחת שערים. במשך די תפילות און טישן האט זיך אנגעזען א שטראם פון טויזנטער חסידים ותושבי העיר צוזאמען מיט די פילצאליגע געסט וואס זענען שוין געקומען צופארן אויף די ירח האיתנים, און האבן צום ערשטן מאל געהאט די געלעגענהייט מיטצוהאלטן שבת מיט א געוואלדיגן הרחבת הדעת. דער נייער, גרויסער און פראכטפולער ביהמ"ד האט געגעבן א נייעם לעבן און חיות פאר אלעמען, נאך גאנצע צוואנציג יאהר פון ארויסקוקן און ווארטן אויף דעם מאמענט.

די היסטארישע מאמענטן האבן זיך אנגעהויבן פרייטאג נאכמיטאג ארום זעקס אזייגער ווען די טויערן פונעם ביהמ"ד איז געעפנט געווארן און איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן מיט מאסן חסידים זקנים עם נערים, וועלכע האבן מיט א געוואלדיגע שמחה אריינגעטרעטן אינעם נייעם ביהמ"ד.

נאך א קורצע צייט איז די רבי שליט"א ערשינען בשערי הביהמ"ד און געמאכט די ברכה לקבוע מזוזה מיט א קול געשטיקט פון טרערן ביים קובע זיין די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מיט די איבעריגע מזוזות גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און דער גאסט פון לאנדאן הגה"צ רבי יחזקאל שלאף אבד"ק בילאווע פטרון הביהמ"ד "אוהל נחום" על שמו פון אביו הגה"צ רבי נחום שלאף זצ"ל אבד"ק בילאווע, בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א, הרבני הנגיד רבי שמואל זאנוויל שארף הי"ו פטרון הארון קודש, הרבני הנגיד רבי שלמה גאלדשטיין הי"ו פטרון היכל התורה עץ חיים, און הגה"ח ר' צבי ארי' ריינהאלד הי"ו, דערנאך האט די רבי געקלאפט נאך א מזוזה ביים אריינגאנג צום היכל ביהמ"ד.

ווי נאר די רבי האט פארענדיגט קלאפן די מזוזות האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין פרייליכע טענץ "ברוך הבא בשם השם, ברוך הבא אין אונזער היים יחי אדונינו מורינו ורבינו", דאן איז דער רבי צוגעגאנגען פארנט פונעם ארון קודש צום מעמד הטלית לייגן כנהוג.

גרויס התרגשות האט געהערשט ווען הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט אויסגעשריגן 'הודו להשם כי טוב' פון תפילת מנחה. נאך מנחה איז די רבי ארויף אויפן ארון קודש און משמיע געווען דברות קודש ארויסברעגענדיג די געפילן פון שבח והודאה צום אויבערשטן אז מען האט ב"ה דערגרייכט דעם מאמענט, און דערנאך מרחיב געווען מיט דברי הדרכה בעניני תפילה און מורא מקדש, און מסיים געווען מיט א ברכה מיוחדת, יהי השם אלוקינו עמנו כאשר היה עם אבותינו.

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען דער חשובע גאסט הגה"צ אב"ד בילאווע לאנדאן שליט"א, און ביי לא תבושי איז מען געטאנצן אויפן ניגון 'בואו שעריו בתודה' וואס דער רבי שליט"א האט פארפאסט מיט פיר יאהר צוריק ווען מען האט אנגעהויבן בויען דעם ביהמ"ד, נאכן דאווענען האט זיך א ציבור עצום געשלענגערט אין די רייע דורכצוגיין אל מול פני הקודש וואונטשן א גוט שבת, אינצווישן דעם ציבור האט זיך דערקענט הונדערטער תושבי העיר וועלכע זענען געקומען כאפן א בליק אויף דעם הערליכן ביהמ"ד.

דער טיש פרייטאג צונאכטס האט דער רבי אפגעראכטן אינעם אלטן ביהמ"ד אויף די 45'סטע גאס, כמעשהו בלילה כך מעשהו ביום השבת ווען די רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אינעם נייעם גרויסן ביהמ"ד. שחרית האט געדאוונט הרב אשר יעקב ברינער מנכ"ל קרן הבנין פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש. דעם רבינס ערשטן עליה אינעם נייעם ביהמ"ד איז אפגעקויפט געווארן פארן סכום עצום פון פופציג טויזנט דאללער, דורך הרבני הנגיד רבי שמואל זאנוויל שארף הי"ו, די רבי האט דערנאך געדאוונט מוסף פארן עמוד לרגל די שבת בעפאר די יארצייט פון אביו כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל.

בעידן רעווא דרעווין אינעם אלטן ביהמ"ד ביים סיום הדברות קודש האט די רבי ווידער מאריך געווען מיט דברי שבח והודאה צום באנייאונג פונעם ביהמ"ד החדש און געהייסן זינגען ניגוני הלל והודאה.

אזוי איז אפגעראכטן געווארן דער געהויבענער שבת הראשונה אינעם נייעם ביהמ"ד, און ווייטער דער געהויבענעם יום טוב ראש הישיבה וועלכע איז אפגעראכטן געווארן בין כותלי בית מקדש מעט פונעם נייעם ביהמ"ד.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ