דערהויבענער שבת אין וויליאמסבורג מיט כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א

פרייטאג פ' וילך • ד' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


א גאר דערהויבענער שבת איז אריבער פארגאנגענעם שבת כי תבוא אין שטאט וויליאמסבורג, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, וואס איז נעתר געווארן לבקשת חסידיו צו וויילן א שבת אין וויליאמסבורג, נאך א צייט אפשניט פון העכער דרייצן יאר וואס דער רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין וויליאמסבורג.

ווי נאר די חסידים האבן דערהאלטן די באשטעטיגונג פונעם ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א צו פראווען דעם שבת אין שטאט, האט זיך אנגעהויבן די פיבערהאפטיגע ארבעט צו אראנזשירן דעם שבת מיט אלע געברויכן ארום. דער גרויסער 'עידען פעלעס' זאל אין שטאט איז ארויסגעדונגען געווארן צו קאמאדירן דעם ערווארטעטן ריזן ציבור.

ערב שבת קודש צום זמן איז דער רבי ערשינען אין זאל און אריין בחדרו הפרטי וואס איז ספעציעל אויסגערישט געווארן אויף שבת. ארום 7:30 איז דער רבי ערשינען אינעם זאל און אנגעהויבן מיט א שטארקן קול 'הודו לה' כי טוב' מיטן זידיטשובער נוסח און ברען.

צו מנחה איז צוגעגאנגען דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' חיים דוד לעבאוויטש שליט"א. אויף קבלת שבת האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט בנו הר"ר יואל לעבאוויטש שליט"א וואס האט מיט זיין נעימותדיגע שטימע באצויבערט דעם עולם מיט זיין געשמאקן קבלת שבת. 'מזמור לדוד' האט דער רבי שליט"א איבערגענומען כמנהגו און ארויפגעלייגט א ווארימע מזמור לדוד מיט א פלאם פייער.

נאך'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן גוט שבת וואס האט געדויערט א לענגערע צייט, ווען יעדער באקומט א ווארימע אויפנאהמע פונעם רבי'ן שליט"א. דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל השולחנות וואו עס איז געווען צוגעגרייט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פאר די געהויבענע טישן במשך דעם שבת, און אנגעהויבן די זמירות.

נאך קידוש איז דער עולם אריבער אינעם היכל הסעודות, וואו ס'איז געווען צוגעשטעלט א סעודה בהרחבה פאר די געסט וואס האבן דארט געגעסן בשבת אחים גם יחד. אן איבערראשונג איז געוועהן, ווען דער רבי האט באשלאסן צו קומען זיך באטייליגן מיט די סעודה פונעם ציבור. דער רבי האט דערביי מכבד געווען די געסט מיטן אנהייבן שבת'דיגע ניגונים.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום היכל השלחנות, וואס איז שוין געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער חסידים און פילע תושבי העיר. דער טיש האט זיך אנגעפאנגען מיט 'כל מקדש' וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזונגען בנעימת קולו, ווען דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אויפן קרעטשניפער 'מנוחה ושמחה' ניגון, ווען דער גאנצער עולם ווערט מיטגעשלעפט מיטן פלאמדיגן טאנץ.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש א שטיק צייט, דערציילנדיג דערביי זכרונות פון הרה"ק רבי הערשעלע קרעטשניפער זיע"א, ביי וועמען דער רבי שליט"א האט גענאסן א קירבה יתירה. במשך'ן טיש האט מען געזונגען פולע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך דעם רבי'ן שליט"א במשך די יארן, און ערוועקט נאסטאלגישע זכרונות ביי אלע חסידים צוגלייך, ווי די ניגונים 'כאיל תערוג', 'ויהיו רחמיך מתגוללים', און נאך פילע ניגונים.

מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יהושע אייזען שליט"א אב"ד פולאסקי, א פלומעניק פונעם רבי'ן שליט"א. נאך'ן בענטשן האט זיך אנגעהויבן דער פירות טיש. און נאך די ריקודין איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און א היימבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.

שחרית שבת אינדערפרי האט געדאווענט דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' שמעלקא שליט"א. 'הכל יודוך' האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט אויפן זידיטשובער נוסח מיט גרויס התעוררות.

מען האט פארקויפט די עליות, ווען דער ציבור איז זיך משתתף בסכומים הגונים. נאכן עולה זיין שישי האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר אלע געסט. מיט מוסף איז נתכבד געווארן דעם רבינס איידעם הרה"צ ר' מאיר יהוסף הלוי ראטטענבערג שליט"א.

נאך'ן דאווענען איז דער רבי אריין אינעם היכל הטישן וואו ס'איז געווען אנגעגרייט א קידושא רבא לכל העם הנאספים. ביי קידוש האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט פון עבודת הצדיקים ממתיק צו זיין די תוכחה פון די וואכעדיגע פרשה.

די מיטאג סעודה האט דער רבי געגעסן מיטן ציבור, ווען פילע מתושבי העיר זענען פארבליבן מיטצוהאלטן דעם עבודת הקודש. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מענדל כהן שליט"א מגדולי עסקני השבת.

פון די גאר געהויבענע זמנים איז געווען שלש סעודות, שטייענדיג הארד בעפאר סליחות, אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והרצון. דער רבי שליט"א האט קודם פארגעזאגט דעם שטיקל זוהר 'תא חזי' און דערנאך אנגעהויבן די זמירות מיט גרויס התעוררות.

בעפאר די דברות קודש האט דער רבי פארגעזונגען דעם התעוררותדיגער ניגון פון הרה"ק דער רבי ר' מעכעלע פון זלאטשוב זיע"א, וואס איז ווי באקאנט מסוגל לתשובה. נאכדעם האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש, ארומרעדנדיג דברי הכנה לימי הרחמים והרצון. דערנאך האט מען געזונגען נאך פארשידענע ניגוני ימים נוראים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך דעם רבי'ן שליט"א און איז מעורר לתשובה ותיקון המעשים.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען זייענדיג בעל תפילה פון סליחות. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוטע וואך. און דער רבי איז אהיימגעפארן למעון קדשו אין מאנסי, וואו דער רבי האט געזאגט די סליחות זונטאג באשמורת הבוקר.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ