גרויס התרגשות ביים ערשטן יו״ט ראש השנה בחצה"ק קרעטשניף סיגעט ככלות השלושים פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל

דאנערשטאג פ' וילך • ג' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


אויף גאר א געהויבענער שטייגער איז געפראוועט געווארן דעם יו"ט ראש השנה בחצר הקודש קרעטשניף – סיגעט אין ירושלים עיה"ק, וואו עס איז זיך צוזאמגעקומען א גרויסער ציבור חסידים פון אלע שטעט אין ארץ ישראל און געסט פון אויסלאנד, להסתופף בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א.

אין צייט וואס ביי יעדן אין הארץ האט זיך געשפירט דער גרויסער ווייטאג שטייענדיג נאך בתוך השלושים להסתלקותו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט זצ"ל, וועלכער איז נסתלק געווארן דעם ב' אלול, האט מען אבער גלייכצייטיג זיך מחזק געווען זעהנדיג ווי די הייליגע המשכה איז ווייטער ממשיך ביים ברא כרעיה דאבוה, דער רבי שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די תפילות און טישן מיט אן אויסטערלישע התרגשות אויפ'ן זעלבן שטייגער וואו מען איז געוועהן געוואינט ביים רבי'ן זצ"ל.

צוליב דעם ריבוי העם, וואס דער בית מדרש אויף די ראפפורט גאס איז שוין געווארן צר מלהכיל, זענען די תפילות אפגעהאלטן געווארן, אזוי ווי אין די לעצטע יארן, אין דעם בנין פון "ישיבת הרמ"א" אויף רחוב ישא ברכה אין ירושלים.

ערב יום טוב נאך שחרית איז דער רבי שליט"א ארויף בראש קהל חסידיו אויפ'ן הר הזיתים צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט זצ"ל, לקראת דער הייליגע טעג און האט דארט אויפגענומען מיט קוויטלעך די חסידים המצפים לישועות.

אויף יום טוב האבן זיך ספעציעל אנגעזען די חשובע געסט, צווישן זיי דעם רבינס ברודער הרה"צ רבי מאיר ארי' לייב שליט"א, און די שוואגערס אבד"ק סטרעליסק און נאך איידעמער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, וואס האבן מיטגעהאלטן דעם גאנצן יום טוב ביים רבי'ן.

ליל יום טוב נאכן דאווענען האט א ריזיגער ציבור תושבי ירושלים זיך געשלענגלט פאר א לענגערע צייט, קרוב צו דריי שעה, צו וואונטשן "לשנה טובה" פאר'ן רבי'ן שליט"א. ביים טיש ליל יום טוב האט זיך אויך באטייליגט דער שוואגער הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, סוף פונעם טיש האט דער רבי פארטיילט פון דעם "קאפ" פון פיש פאר'ן גאנצן עולם און געוואונטשן "שנהיה לראש ולא לזנב".

ביידע טעג האט די רבי פארגעדאוונט שחרית און מוסף, צו חזרת הש"ץ שחרית איז צוגעגאנגען זיין ברודער הרה"צ רבי מאיר שליט"א. ביי קריאת התורה האט דער רבי שליט"א געליינט און עולה געווען מפטיר, און דערביי געמאכט א ספעציעלן "מי שברך" פאר די רעבעצען אשת חבר פון אביו דער רבי זצ"ל.

 פאר די תקיעות האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א דורכדרינגענדע דרשה מיט א קול בכי און מעורר געווען דעם ציבור איבער די גרויסע אבידה מיט די הסתלקות פונעם טאטן ז"ל.

די ברכות און די ערשטע תקיעות האט מען זוכה געווען צו הערן פון רבי'ן שליט"א, און די איבעריגע תקיעות האט געבלאזן זיין זון הרה"צ ר' ניסן חיים שליט"א.

ביים נעילת החג האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז עס ווערט ברוך השם נתקיים דער רצון פונעם רבי'ן זצ"ל, אז די ברודער פירן זיך מיט אחווה, שלום ורעות. דער רבי האט אויך מעורר געווען דעם ציבור, אז דער טאטע זצ"ל פועל'ט זיכער פאר זיי אויבן, און מען דארף איהם דאנקבאר זיין דערפאר, און דעריבער זאל יעדער מקבל זיין אויף זיך צו לערנען משניות יעדן טאג לעילוי נשמתו הטהורה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ