צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

דאנערשטאג פ' וילך • ג' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות די צענדליגער שוחטים ובודקים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", וואו דער פוסק הדור האט בודק געוועהן די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט די שוחטים וועלכע שטייען ביים מנהג הכפרות אום ערב יום הקדוש. דער גאון האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די חלפים פון פגימות, וואו די שוחטים זענען דורך איינציגווייז יעדער מיט זיין חלף, און דער פוסק הדור האט דאן ארומעגערעט בשבח פונעם שחיטה המהודרת פון די עדה החרדית און ווארעם אנגעוואונטשן די שוחטים.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ