זונטאג פ' וילך • כ"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
חסידי ומעריצי חצר הקודש סטיטשין המקושרים לאילנא דחיי צו כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין א שמחה דקדושה, אפצייכענענדיג די געוואלדיגע דערגרייכונג מיטן אפקויף פון א ריזן שטח אין הארץ פון שטאט בארא פארק, וואו עס וועט בקרוב הימים אויפגעבויעט ווערן א ביהמ"ד הגדול ומרכז לתורה וחסידות, וואס אנטשפרעכט צו זיין אן שואבת פאר די פילע חסידים וואס קלאמערן זיך לאורו הבהיר פונעם סטיטשינער רב שליט"א ביי די תפילות ועריכת השלוחנות מידי שבת בשבתו ומועד במועדו.
מיט נאנט צו צוויי יאהר צוריק האבן זיך די עסקנים בחצה"ק סטיטשין אריינגעלייגט בעובי הקורה צו פארברייטערן און איבערבויען דעם מקום אדמת קודש, דעם אלטן סטוטשינער ביהמ"ד אויף די 50'סטע גאס, וואו דעם רבי'נס זיידע הרה"ק רבי יהודה'לע מסטיטשין זצוק"ל האט געפראוועט זיין הייליגע עבודה פאר לאנגע יארן. ליידער האט זיך געמאכט געוויסע עגמת נפש בשעת די בוי ארבעט, און די פראיעקט איז נישט געקומען לידי גמר.
אינצווישן האט די סטיטשינער קהלה אפגעדינגען א גרויסן לאקאל, אין דער אלטער בנין פון אגודת ישראל בארא פארק אויף 15 און 50, אהערגעשטעלט מיט אלע באדערפענישן און צוגעהערן.
גלייכצייטיג האט מען באטראכט פארשידענע אפציע'ס אפירצוקומען מיט א משכן קבע פארן ביהמ"ד און אצינד איז מיט גרויס סייעתא דשמיא געלונגען צו שליסן קאנטראקט אויף א גרויסע שטח הארט נעבן די ביז יעצטיגער ביהמ"ד אויף די 50'טע גאס ביי די זעכצענטע עוועניו, וואו עס וועט אויפגעבויעט ווערן א הערליכער גרויסער ביהמ"ד, וואו די פילע חסידים און געסט וועלן זיך ווייטער ווארעמען מיט די געהויבענע תפלות און טישן פונעם רבי'ן שליט"א מידי שבת בשבתו און די ימים טובים.
די מולטי מיליאן דאללער'דיגע מקח איז צושטאנד געקומען אדאנק די נדבות הלב פון די נגידי החסידות פון אמעריקא און פון איבער די גארער וועלט, דער בנין גדול ומפואר וועט אי"ה בקרוב ארויפגעצויגן ווערן מיט גרויסער היכל ביהמ"ד, חדרי תורה ותפלה, מהודר'דיגע מקוה, און א פראכטפולע היכל התורה.
די וואך שבת נאך קריאת האט האט כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א משמיע געוועהן קורצע דברות קודש וואו דער רבי האט מבשר געוועהן די בשורה טובה איבערן מקח און אפגעגעבן א שבח והודאה שהגיענו על הלום. דער רבי האט ספעציעל מדגיש געוועהן אז מ'בויעט טאקע א בנין חדש מיטן אויברשטנס הילף אבער דאס אלעס איז בלי שום שינוי פונעם דרך הישן וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע רבי'ס, און מסיים געוועהן בברכת קדשו לרוב, אז די ביהמ"ד זאל זיין א יפה נוף משוש כל העיר, שתשרה שכינה במעשי ידינו.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.