דאנערשטאג פ' נצבים • כ"ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
א גרויסארטיגע אסיפה נחוצה איז פארגעקומען דעם מאנטאג אויפדערנאכט בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיה"ק פאר הונדערטער נשי תולדות אברהם יצחק, ווייבלעך נאך די חתונה, און עלטערע מיידלעך פון 16 יאר און ארויף.
דער אסיפה איז פאררופן געווארן אויפן פערזענליכן רוף דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ספעציעל אין די יעצטיגע ימי הסליחות לקראת די נייע יאר הבעל"ט, צו ברענגען א התעוררות בעניני הצניעות לנשים, נחפשה דרכינו ונחקורה.
עס זענען ארויסגעפארן באסעס פון אלע שטעט ברחבי ארה"ק, ווי הונדערטער נשים צדקניות זענען געפארן אויף די שטעגן און וועגן מיטן ציל לשמוע את דבר ה' לידע את המעשה אשר יעשון וויאזוי א ערליכע אידישע פרוי דארף זיך צו פירן על דרך הצניעות, און וויאזוי דאס איבערצוגעבן פאר די קינדער און אייניקלעך.
די גאנצע בית המדרש איז געווען אויסגעשטעלט צו איר מאקסימום, אויסגעלייגט געווארן הונדערטער זיץ פלעצער, דער היכלאיז געווען גענצליך טונקל, און ביים צד המזרח איז געווען אויפגעשטעלט א באזונדערע סטעידזש מיט א מחיצה ווי דערויף איז געזעצן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אונטער א גרויסע פראדזשעקטער כדי א יעדער זאל קענען זען דעם רבי'ן.
מיט א געוואלדיגע יראת הכבוד האבן זיך די נשים צדקניות צוגעהערט צו די פייערדיגע דברות קודש היוצאים מלב טהור פונעם געטרייעם מנהיג העדה דער רבי שליט"א, וועלכע האט משמיע געווען גאר שטארקע דברי חיזוק והתעוררות, און אראפגעשטעלט פאקטישע יסודות הדת בדרכי הצניעות וויאזוי מען דארף זיך צו פירן על דרך התורה והמסורה, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען אויף געוויסע פירצות וואס האבן זיך אריינגעכאפט אינעם עזרת נשים.
דער רבי שליט"א האט מעורר געווען אז ווען מ'גייט ארויס אויפן גאס זאל מען זיין אנגעטוהן מיט א געהעריגע צודעק, און נישט גיין מיט די טיכל וואס מען גייט אין שטוב.
אזוי אויך האט דער רבי שליט"א גאר שטארק מעורר געווען איבער ביי האר, אז מען זאל חלילה וחס נישט מקיל זיין אין די ענינים, און אין דעם זכות איז מען זוכה צו אלע ברכות און ישועות.
גאר שארף האט דער רבי שליט"א גערעדט אקעגן די פירצה אז פרויען שמירן זיך אן מיט פארבן, א זאך וואס מיר האבן נישט געזעהן ביי אונזערע עלטערן, און עס איז די היפך מדרכי הצניעות.
באזונדער האט דער רבי שליט"א מעורר געווען אז ליידער ווערט נזנח ביי געוויסע פרויען צו גיין נעמען קורסעס און שטודירן, א זאך וואס עס איז געווען אפפגעפרעגט במשך אלע דורות, און דארף זיין בבל יראה ובל ימצא ביי אונזערע היימישע קרייזן. דער רבי שליט"א האט אנגעדייט, אז פאר סיי וואס פאר א שאלה מען האט וויאזוי מען זאל זיך פירן אין א יעדע פאל, ובמיוחד וואס עס איז נוגע אין די ארבעטס פלעצער, זאל מען שטענדיג אנפרעגן די רבני ודייני הקהלה שליט"א ועל פיהם יושק כל דבר.
דערנאך האט דער רבי שליט"א גאר שטארק מחזק געווען די פרויען איבער די געוואלדיגע זכי' וואס זיי האבן צו קענען מכבד זיין די מענער, דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז די פרויען האבן די זכי' צו זיין חתונה געהאט צו חשובע אינגעלייט יראי שמים, און עס ליגט א פליכט זיי צו שעצן און מכבד זיין, וואס דאס איז די גרעסטע ברכה אין שטוב.
דער רבי שליט"א האט מסיים געוועהן מיט ברכותיו הטהורות פאר אלע נשים צדקניות, און פארלאזט דאס בית המדרש.
נאך די פייערדיגע דברות קודש, האט הרבנית הצדיקת מתולדות אברהם יצחק תליט"א פארטיילט איינציגווייז פאר אלע נשים א הערליכע סידור לאות מנחה ומזכרת לכבוד די קבלות טובות וואס האט זיך פארגענומען בדרכי הצניעות.