ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א באזוכט ביי האד' מסערט וויזניץ נאכן איבערגעבן שיעור כללי אין רמת וויזניץ

דאנערשטאג פ' נצבים • כ"ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם זונטאג נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין חיפה וואו ער האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אינעם ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ, בדבר הלכה און דברי חיזוק ללימוד התורה פאר די הונדערטער בעלי בתים חשובים און יושבי אהל. 

נאכן שיעור האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ביי וועלכן עס איז אנטוויקלט געווארן א הערליכע שמועס איבער די קשרי ידידות צווישן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל בעל חכמת אליעזר און הגאון חכם עובדיה יוסף זצ"ל.

דער רבי האט מכבד געוועהן דעם גאסט מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט מיט גרויס הערצה, ונפרדו לשלום.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ