שמחת הכנסת ספר תורה לבית מדרשו פון האד' מסקולען וויליאמסבורג לע"נ גיסו הב' שמואל זאב קליינמאן ז"ל

מיטוואך פ' נצבים • כ"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


אין וויליאמסבורג איז דעם זונטאג א' סליחות געפראוועט געווארן מיט התרגשות די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דקהל מאור ישראל סקולען, לעילוי נשמת הבחור החשוב שמואל זאב קליינמאן ז"ל א שוואגער מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, זוהן פון הגה"ח ר' אברהם קליינמאן זצ"ל מחשובי חסידי סקולען.

חודש חשון תשפ"ג איז הבחור שמואל זאב ז"ל נפטר געווארן אין עלטער פון 57 יאהר נאכן זיך מוטשען מיט שווערע יסורים ל"ע דורכאויס זיינע קורצע לעבנס יאהרן, און נאך בשנת האבלות להסתלקותו האבן די בני הקהילה ומשפחתו החשובה געלאזט שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו. די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן ברוב פאר והדר צום ביהמ"ד הגדול והחדש סקולען אויף סענדפארד סט. אין וויליאמסבורג בהשתתפות פילע חסידים ואנשי מעשה בראשות די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון משפחת קליינמאן החשובה, ווי די רבי האט זיך באגריסט מיטן פלאמעניק האדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, די רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע ווארט אינעם ספר תורה בעת מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש. די רבי איז געגאנגען הגבהה און ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר צום תהלוכה אין ריכטונג פונעם ביהמ"ד, ווי הונדערטער חסידים האבן באגלייט דעם ספר תורה בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג, און די חסידים האבן געהאט די זכיה טאנצן מיט די נייע ספר, באזונדער איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט די בחורי חמד.

די רבי האט אריינגעפירט די ספר תורה אינעם היכל הבית מדרש, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן הויכע שטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורי חמד. מען האט ממשיך געווען מיט די ריקודין לכבוד התורה בשמחה רבה. במשך'ן מעמד האבן די משוררי בית סקולען מהנה געווען בשירה ובזמרה, בעת די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין אין צענטער פון ביהמ"ד בעוז ותעצומות, און אויך מכבד געווען האדמורי"ם לבית סקולען פון מאנסי, לעיקוואד, בארא פארק און די שוואגער הגה"צ אב"ד וויטקא צו טאנצן מיטן ספר תורה, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט אלע אדמורי"ם אינאיינעם.

די רבי האט אריינגעפירט די ספר תורה צום ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור בקול חוצב, דערנאך האט זיך די רבי געזעגענט מיט די אדמורי"ם, און צוגעוויזן די נייע מקווה טהרה וואס מען האט באנייט די וואך אינעם נייעם ביהמ"ד.

נאך א קורצע הפסקה איז פארגעקומען די מעמד לחיים רבתי לגומרה של תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א לכבוד המאורע, און די משוררים האבן ווייטער מהנה געווען מיט די הייליגע ניגונים במשכ'ן מעמד. צום שלוס פונעם מעמד איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א.

שפעטער האט די רבי באשיינט די פריוואטע סעודה לגומרה של תורה וואס איז פארגעקומען אין א זאל אין שטאט צוגעשטעלט דורך משפחת קליינמאן.

אויפצומארגנס פונעם הכנסת ספר תורה מאנטאג צופרי האט מען מחנך געווען די ספר תורה, וואו מען האט דערין געליינט צום ערשטן אינעם מנין שחרית פונעם רבי'ן שליט"א.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ