האד' מפאפא אויף קורצער באזוך אין טאראנטא צום 60'סטע הילולא פון חותנו הגה"צ אבד"ק טעטש זצ"ל

מיטוואך פ' נצבים • כ"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


תושבי טאראנטא האבן נעכטן דינסטאג געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פון חותנו הגה"צ המפו' רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל אבד"ק טעטש, לרגל די 60'סטע הילולא וואס געפאלט אויס קומענדיגן זונטאג, כ"ח אלול.

דינסטאג נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין וועג צוזאמען מיט בני משפחתו בניו וחתניו צום טעטעבארא לופטפעלד, וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן דעם פריוואטן פליגער קיין טאראנטא.

פארמיטאג האט דער רבי געלאנדעט אין די טאראנטא פעירסאן עירפארט, און איז פון דארט ארויסגעפארן צום בית החיים. אונטערוועגנס האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט אין די אידישע געגענט און באזוכט אינעם אמאליגן ביהמ"ד מחזיקי תורה וואו זיין שווער דער טעטשער רב זצ"ל האט משמש געוועהן ברבנות ביז צו זיין פטירה אין יאהר תשכ"ה.

דער רבי שליט"א האט דארט מתפלל געוועהן א תפילה קצרה, געמאכט א ברכה און זיך אומגעקוקט אין ביהמ"ד. מיטאג צייט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויפן ציון וואו דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מתפלל געווען אין באגלייטונג פון עטליכע מנינים, צווישן זיי האט זיך אנגעזעהן דעם רבינס פלאמעניק כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן אינאיינעם מיט אמו הרבנית מסקולען תליט"א וואס איז א טאכטער פונעם טעטשער רב זצ"ל.

נאכן עלי' לציון איז דער רבי צוגעפארן צום באבובער ביהמ"ד אין טאראנטא וואו דער רבי איז געגאנגען אין מקוה. הגה"צ רבי יהושע פירער אבד"ק באבוב טאראנטא האט מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן און ארומגעוויזן אינעם פראכטפולן ביהמ"ד.

שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' יוסף מארמארשטיין הי"ו אויף א קורצן אפרוה, וואו מען האט געדאוונט מנחה און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכותיו פאר'ן בעל אכסניא און די תושבי העיר וואס האבן זיך פארזאמעלט מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א.

גלייך נאך תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א זיך אומגעקערט אהיים קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג השפעות טובות פאר די גאנצע שטאט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ