מדן ועד באר שבע: האד' מצאנז אויפגענומען עדת צאן מרעיתו צווישן די שטעט ברחבי ארה"ק | ברייטע דעקונג

מיטוואך פ' נצבים • כ"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


אויך דאס יאהר איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ארומגעפארן לאנגע שטרעקעס צווישן די שטעט לענגאויס ארץ ישראל כדרכו בקודש אויפצונעמען קהל עדת צאן מרעיתו בפתקי דרחמי לקראת די ימי הרחמים והסליחות הממשמשים ובאים ולהתברך בברכת השנים.

אין לויף פונעם קבלת קהל אין אלע שטעט זענען אריינגעקומען צום רבי'ן מערערע אדמור"ים, רבנים, ואנשים חשובים, לברך ולהתברך בברכת השנה צום נייעם יאהר. באזונדער איז אין יעדע שטאט געוועהן געווידמעט א ספעציעלער צייט פאר די אלמנות אין די קהילה אריינצוגיין מיט זייערע משפחות.

זונטאג שופטים האט די רבי שליט"א אנגעהויבן דעם סדר קבלת קהל און עיה"ק צפת בבית מדרשו אין אלטשטאט. מאנטאג האט דער רבי אויפגענומען אין חיפה, און מיטוואך אין קרית צאנז טבריה.

זונטאג דערויף פ' כי תצא האט די רבי שליט"א אויפגענומען די חסידים אין שטאט ביתר, מיטוואך אין שטאט בני ברק וואו עס איז געוועהן זמני כניסה פאר די חסידים תושבי בני ברק און אשדוד, זונטאג כי תבוא האט די רבי אויפגענומען אין שטאט בית שמש, און מאנטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין אלעד וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי צאנז אין שטאט נאכגעפאלגט מיט די זמני כניסה פאר די חסידים תושבי אלעד, פתח תקווה און בראכפלד.

דיסנטאג כי תצא איז דער רבי אנקומען קיין ירושלים און אויפגענומען די ארטיגע חסידים בבית מדרשו אין קרית צאנז. זייענדיג אין ירושלים האט דער רבי באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א און ביים שוואגער גאב"ד קרית צאנז ירושלים.

אינצווישן די מסעות קודש איבער די שטעט איז געוועהן באזונדערע זמני כניסה בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן אין קרית צאנז נתניה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ