ספעציעלער מעמד "לשנה טובה ומתוקה" בקודש פנימה פון האד' מתולדות אברהם יצחק מיט מנהלי מוסד "בית לפליטות"

מיטוואך פ' נצבים • כ"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגע מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין די יעצטיגע ימי הסליחות בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו עס זענען אריינגעקומען צום רבי'ן די ראשי מוסד בית לפליטות וואו דער רבי האט געבענטשט "עפל און האניג" וואס וועט ווערן פארטיילט לכבוד יום טוב ראש השנה הבעל"ט פאר די תלמידות אינעם מוסד.

די חברי ההנהלה אין שפיץ פון הרה"ח ר' חיים אלעזר ראזנפעלד שליט"א און הרה"ח ר' גבריאל פפנהיים שליט"א, האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די יעצטיגע פעולות המוסדות און אלע אירע אפטיילונגען, צווישן זיי די אויסטערלישע הילף אקציעס וואו מען האט ממש געראטעוועט דורות שלימים און אויפגעראכטן אידישע הייזער במלוא מובן המלה.

באזונדער האט דער רבי אויסגעדרוקט געוואלדיגע התפעלות אויף דעם וואס דער מוסד איז אין פולסטן פונקציע לקראת ימי ראש השנה הבעל"ט, מיט אלע צוגעהערן ברוחניות וגשמיות, אנגעפירט דורך די געטרייע שטאב מיטגלידער וואס געבן זיך איבער מיט הארץ און נשמה פאר די טייערע קינדערלעך.

דער רבי האט זיך פערזענליך אינטערעסירט בשלומו פון ידידו משכבר ימים דער לאנג יעריגער מנהל המוסד הרה"ח ר' משה יונה ראזנפעלד שליט"א וועלכער געפונט די טעג מעבר לים לטובת המוסדות, ווי אויך איבער די מנהגים וואס זענען נתקבל בכל תפוצות ישראל ביי די סעודות פון ליל ראש השנה, און וועלן דעם יו"ט אויך געפראוועט ווערן אין מוסדות "בית לפליטות."

דערויף האט דער דער רבי מאציל געווען מברכותיו הטהורים פאר די מנהלי וצוות המוסדות, און גאר ווארים ארויסגעהויבן די געוואלדיגע זכי' וואס זיי האבן אנצופירן די ווירטשאפט, ספעציעל אין די הייליגע יום טוב טעג, אויפ'ן ריכטיגן געהויבענעם שטייגער ווי אין יעדע אידישע שטוב. דער רבי האט דערביי געבענטשט די "עפל און האניג" וואס מען האט צוגעברענגט על שולחן מלכים און וועט פארטיילט ווערן פאר די טייערע קינדער אין אלע אפטיילונגען פונעם מוסד. 

דערנאך האט דער מנהל הר"ר חיים אלעזר שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א כוללת קוויטל פיל מיט די נעמען און בקשות פון די תלמידות, געהאלפן צו ווערן בדבר ישועה ורחמים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ