מאנטאג פ' נצבים • כ"ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת כי תבא לסדר 'ברוך אתה בבואך' שבת ערב סליחות האבן הונדערטער פשעווארסקער חסידים און תושבי אנטווערפען מיטגעלעבט א היסטארישע שבת, ווען עס איז ענדגילטיג באנייעט געווארן דער בית המדרש הגדול והחדש פשעווארסק אין אנטווערפען, דער אבן שואבת פאר טויזנטער אידן, וואס איז אויפגעבויעט געווארן מיט בליציגע שנעלקייט פון בלויז 58 טעג מיום ליום.
ווי באקאנט איז אין די לעצטערע דראסטיש פארמערט געווארן די צאל געסט וועלכע קומען וויילן בצל הקודש פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א, און ביי יעדע געלעגנהייט, מידי שבת בשבתו, און בפרט ימים טובים און יומי דפגרא, איז דער היכל בית המדרש געווען צר מהכיל.
עטליכע יארן האט מען געדארפט אפדינגען דעם בית רחל זאל פאר די ימים נוראים, וואס איז געווען א ישועה פורתא נאר אויף די הייליגע טעג, בעת במשך דעם גאנצן יאר האט מען זיך ווייטער געמוטשעט מיט דעם שטארקן געדרענג, וואס איז נאר געווארן שטערקער מיט יעדן פארבייגייענדן שבת. דער רבי שליט"א האט שטארק געוואלט ממשיך זיין צו דאווענען במקום שהתפללו שם אבותיו הקדושים, און האט דעריבער שווער געגעבן זיין הסכמה אונטערצונעמען די מאסיווע הרחבה, נישט האבנדיג קיין צוויי ברירות.
די אויסברייטערונג איז געווארן דורכגעפירט אויף דריי זייטן – דרום, מערב און צפון – בשעת דער מזרח וואנט איז געבליבן אומבארירט, כדי ממשיך צו זיין די השראת קדושה וואס זי האט איינגעזאפט אין זיך דורכאויס די אלע יארן, אויך איז מען זייער פארזיכטיג געבליבן צו היטן דעם ארון הקודש, און דער ״בור הטבילה״ אין מקוה, וואו צדיקי בית פשעווארסק לדורותיהם האבן זיך כסדר מטהר געווען.צוזאמען מיטן גיגאנטישן ביהמ״ד גופא מיט אירע קרוב צו פינעף הונדערט זיצן, האט מען צוגעבויט עטליכע גאלעריעס, צו העלפן לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ.
עס איז אויפגעשטעלט געווארן צוויי שטאקן מענער גאלאריעס אינעם היכל בית המדרש, און עקסטער עטליכע שטאקן גאלאריעס פאר די עזרת נשים, צוגענבדיג פרישע הונדערטער זיצן מיט עטליכע שטאק פארענטשעס וואס זאל דינען פאר שטיי ערטער ספעציעל פאר די בחורי חמד.א גאר חידוש'פולן פראיעקט איז אהערגעשטעלט געווארן, אז א חלק פון די היכל בית המדרש איז אויסגעשטעלט געווארן צו קענען דינען אלס א "מהודר'דיגע סוכה", ווי מען וועט קענען עפענען א חלק פון די דאך, און באותו מקום וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן די עריכת השולחנות ושמחת בית השואבה לרגל יום טוב סוכות בצילא דמהימנותא קדישא.
די מאסיווע בוי פראיעקט האט גאלאפירט אין די לעצטערע זומער וואכן מיט א פאראויס מארשירענדע שנעלקייט, ווען אינטער צוויי חדשים האט מען באוויזן בסייעתא דשמיא אויפצושטעלן דעם בית גדול רם ונשא, וואס דאס האט געברענגט א אומבאשרייבליכע הרחבת הדעת.איינע פון די נעכט פאריגע וואך האט דער רבי שליט"א אויף א באשיידענעם פארנעם קובע געווען א מזוזה ביי די אריינגאנג צום ביהמ"ד וואס פירט פון זיין פריוואטע חדר המיוחד, און דערנאך איז דער רבי שליט"א ארומגעוויזן געווארן דורך די גבאים אינעם היכל בית המדרש, ווי מען האט צוגעוויזן פארן רבי'ן שליט"א אלע פונקטליכע דעטאלן פון די מאסיווע בוי פראיעקט.
לקראת שבת לכו ונלכה, האט מען די וואך שבת קודש פרשת כי תבוא, זוכה געווען אריינצוטרעטן אינעם נייעם היכל בית המדרש הגדול לשמחת לב כל קהלא קדישא הדין, אינאיינעם מיט הונדערטער תשובי העיר און אורחים נכבדים פון איבעראל, רבנים חשובים, ואנשים מכובדים, און עס האט זיך טאקע געשפירט די גרויסע דערלייכטערונג במשך דעם גאנצן שבת קודש ביי די געהויבענע תפלות און די פיר טישן וואס דער רבי האט מעריך געוועהן דורכאויס שבת.
דער רבי שליט"א האט געפירט דעם שבת קודש אן קיין שום באזונדערע שינוי, דער רבי האט אויסדרוקליך נישט געוואלט מאכן קיין שום פירסום אדער פאמפע פונעם חנוכת הבנין, און האט זיך געפירט כהרגילו אזוי ווי א יעדן שבת, בהצנע לכת.
ליל שב"ק האט דער רבי שליט"א צום ערשטן מאל מעריך געווען דעם עריכת שולחן הטהור אינעם נייעם ביהמ"ד, וואו מען האט ב"ה גוט געקענט אלעס מיטהאלטן ביים טיש, נאכדעם וואס דער רבי איז געזעסן אינעם צענטער פונעם היכל בית המדרש, און עס איז געווען אויפגעשטעלט אכט שטאקיגע פארענטשעס פאר די פרחי החסידים און יונגעלייט.שבת אינדערפרי האט דער רבי שליט"א אפגעראכן די סעודת עתיקא קדישא אינאיינעם מיט די הונדערטער געסט, אזוי אויך סעודה שלישית און מלוה דמלכה האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן מיט גרויס דערהויבנקייט אזוי ווי א יעדע וואך.
מוצאי שבת קודש זענען די געסט אריבער דעם רבי'ן מיט א קוויטל לברך ולהתברך לרגל די ימי הרחמים והרצון.
די קלימאקס איז געווען במוצאי מנוחה לאחר חצות הלילה, ווען דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די סליחות הראשונות, די גאנצע היכל בית המדרש מיט די זייטיגע אויפגעבויטע גאלעריעס פון דער הייעך איז געווען איבערגעפילט מיט טויזענטער משתתפים, בעת ווען דער בעל תפלה כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א האט פארגעדאווענט פארן עמוד בקולו הנעים.אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך לקראת די ימים הנוראים הבעל"ט, ווי די בית המדרש הגדול ווערט אהערגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטע ציבור הבאים להסתופף בצל הקודש.
במשך די קומענדיגע ווינטער חדשים וועט צוגענדיגט ווערן די לעצטיגע איינריכטונגען פארן בית המדרש, דאס צו פארענדיגן בשלימות ובתכלית היופי, צו קענען ווייטער דינען אלס א אבן שואבת פאר אלפי ישראל המסתופפים בצילא קדישא.