מעמד קביעות מזוזה דורך האד' ממונקאטש אין נייע גיגאנטישע סערטיפייד לאמבער אין לעיקוואד

מאנטאג פ' נצבים • כ"ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג איז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אנגעקומען קיין לעיקוואד אויף א מעמד קביעת מזוזות אין די נייע גיגאנטישער סערטיפייד לאמבער צענטער, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזנבערג הי"ו פון וויליאמסבורג וועלכע איז א תלמיד פונעם מונקאטשער רבי'ן שליט"א, און דערצו א מונקאטשער חסיד פונדערהיים.

דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אינעם געשעפט, וועלכע שטעלט צו אלע ערליי בוי מאטעריאל, פלעמבעריי געברויכן א.א.וו., דאן האט דער רבי שליט"א קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבוד די קביעת מזוזה. דער רבי האט פארטיילט פון די מזונות פארן אייגענטומער ר' אברהם יודא הי"ו ובני משפחתו, און איבערגעלאזט ווארימע ברכות אז דאס געשעפט זאל זיך פירן מיט סייעתא דשמיא און ברענגען גרויס הצלחה.

זייענדיג אין לעיקוואד איז פארגעקומען א מעמד כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפ' שטערן הנכבדה לע"נ אביהן הרבני הנגיד ר' יעקב שטערן ז"ל, מפארי חסידי מונקאטש, וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך מעריך געוועהן א שולחן לחיים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ