ערשטע מסיבות לנגידים ביי היסטארישער באזוך דורך גדולי ומאורי ישראל אין לאנדאן לטובת דער "קרן עולם התורה"

מאנטאג פ' נצבים • כ"ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט טיפע באגייסטערונג האט דאס יהדות החרדית אין לאנדאן הבירה מקבל פנים געוועהן מרנן ורבנן גדולי מנהיגי העדה וראשי ישיבות וואס האבן ווידער מכתת רגליהם געווען מיט א געמיינזאמע קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער למען הצלת עולם התורה, די משלחת גדולי ישראל וואס זענען געקומען צו פארן מרנן ורבנן ראשי ישיבת סלאבאדקע הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ואתם עמם הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי אברהם סאלים מגדולי חכמי ספרד, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, און המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א.

נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א געלאנדעט אין די לאנדאן לוטאן לופטפעלד וואו א חשובע דעלעגאציע האבן מקבל פנים געוועהן דעם ראש הישיבה אין שפיץ פון די ראשי הקרן און נאך נגידים ושועים.

דער ראש הישיבה האט זיך ארויסגעלאזט צו די גאלדערס גרין געגענט, צום אכסניא אין שטוב פון תלמידו החביב הרה"ג ר' מרדכי אייזנער שליט"א דומ"ץ חסידי גור אין גאלדערס גרין.

שפעטער נאכמיטאג איז דער משלחת כבוד ארויף צום שטוב פון הנגיד ר' ישראל פעלס הי"ו מגדולי מחזיקי תורה, וועלכע האט זיך אנגערופן מיט א פאנטאסטישע סומע פארן קרן עולם התורה לכבוד דעם היסטארישן באזוך, און מוסיף געוועהן על נדבתו פון פארלאפענעם יאהר.

באנאכט איז פארגעקומען א רייכע מסיבה אין שטוב פון הנגיד ר' פול בסנינו הי"ו ספעציעל געאייגענט פאר פראנצויזישע נגידים וועלכע זענען געקומען צו פליען ספעציעל פון פראנקרייך צום דעם וויכטיגן מסיבה למען הצלת עולם התורה.

אין לויף פונעם מעמד האבן אויפגעטרעטן די גדולי ישראל מרן הגאון הגדול רבי  משה הלל הירש שליט"א, הגאון רבי דוד כהן שליט"א, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א, המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א, און הגאון רבי יעקב הלל שליט"א וועלכע האבן אייניג אנגעווארמט די הערצער מעומק לבבם, און האבן אונטערגעשטראכן דעם זכות צו זיין א שותף אין תורת ארץ ישראל, וואס איז דער קיום העולם, און בפרט אין א שעת נסיון ווען מ'דארף זיך ממש מוסר נפש זיין אויף לימוד התורה אין שאטן פון די ביטערע גזירת הגיוס.

די משא המעמד איז געהערט געווארן פון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וואו דער ראש ישיבה האט מיט א קול נרגש אפעלירט צום ציבור זיך אנצושליסן מיט ווארימע שטיצע פאר די מוסדות התורה אין ארץ ישראל, די ראש ישיבה האט זיך צום ערשט באדאנקט פאר די ריזיגע נדבות וואס די נדיבים ושועים האבן מנדב געווען ביי די נסיעה פאריאהר וואס האט פשוט געראטעוועט דעם עולם התורה, "מיר האבן געמיינט אז ביז א יאהר וועט די גזירה זיין פארביי, ליידער דארפן מיר אבער נאך צוקומען צו אחינו שבגולה, און די נדיבים בעם דארפן שעצן די געוואלדיגע זכות וואס עס איז געפאלן בגורלם צו זיין שותפים לדבר מצווה מיטן אויסהאלטן דעם עולם התורה בארץ הקודש, ולפום צערא אגרא".

שפעטער איז אפגעאהלטן געווארן א גראנדיעזער באנקעט פאר נגידים בעם אין די עלעגאנטע 'פילאר' האטעל, פאררופן דורך הרבני הנגיד ר' לייבל לעווינסאן הי"ו, געווידמעט פאר פילאנטראפן וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט חודש'ליכע סכומים פארן קרן עולם התורה, עס איז סערווירט געווארן רייכע מיני טעימה און דאן זענען די גדולי ישראל ערשינען אינעם זאל און משמיע געווען דברי ברכה, במיוחד האט ארויסגעשיינט דאס השתתפות פון הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד וואס האט זיך מצרף געווען צו די גדולי תורה און איז געקומען צופארן קיין לאנדאן מחזק צו זיין דעם קרן, און משמיע געווען דברי הברכה לכבוד העם הנאספים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ