לִשְׁמֹעַ אֶל הָרִנָּה וְאֶל הַתְּפִלָּה • אלפי חסידי בעלזא מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

מאנטאג פ' נצבים • כ"ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


בהתרוממות עילאה האבן שווערע טויזנטער בעלזער חסידים מיטגעהאלטן שבת סליחות און די געהויבענע עת רצון די ערשטע טאג סליחות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א און דערמיט אריינגעטרעטן אין די ימי הרחמים והסליחות אויף א געהויבענעם שטייגער.

שטייענדיג נאך שווערע אנגעצויגענע טעג ווען חסידי בעלזא בתוך כלל ישראל האבן מתפלל געווען למען בריאותו השלימה פונעם רב שליט"א, מיט גרויס זארג שטייענדיג א שפאן אוועק פון די ירח האיתנים, האט מען געהאט די זכיה אריינצוטרעטן אין די געהויבענע סליחות טעג בצילא דמהימנותא קדישא פונעם רב שליט"א וועלכע קומט ב"ה צוביסלעך צוריק צו די כוחות.

צווישן די טויזנטער חסידים וואס האבן געוויילט אויף שבת אין קרית מלך רב האבן זיך אנגעזעהן א גרויסע ציבור געסט מעבר לים וואס זענען שוין געקומען צופארן אויף די הייליגע טעג. ליל שב"ק האט זיך דער שולחן הטהור פארצויגן לענגער ווי געווענליך פאר איבער צוויי שעה, בצפרא דשבתא איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין היכל צו קריאת התורה און מוסף, שלש סעודות איז ווידער אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענע פארנעם, און מוצאי שבת איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד כנהוג מוצאי שבת סליחות.

נעכטן במוצאי מנוחה זונטאג פארטאגס אום 6:15 איז דער רב שליט"א ערשינען בהדרו אינעם גרויסן היכל צו די סליחות ראשונות, וואו מען האט געהאט די זכיה לשמוע אל הרינה ואל התפילה, און הערן קולו בקודש, וואו דער רב שליט"א האט פארגעדאווענט אינעם מייק מיט א רגש קודש כדרכו, נאך סליחות איז געווען א הפסקה און ארום 10:30 האט מען פארענדיגט תפילת שחרית.

א קארצע וויילע נאכן דאווענען איז דער רב שליט"א ערשינען צו אמירת כל ספר תהילים כנהוג אין בעלזא אינעם עת רצון פון יום א' דסליחות, דער רב שליט"א האט כמנהגו געזאגט די תהילים מתוך הקלף, וואס איז די יאהר איבערגעפרישט געווארן מיט אן אייגנארטיגע פארמאט מיט נקודות על פי בקשתו פונעם רב שליט"א געברענגט געווארן דורך הנגיד ר' חיים שלמה פאנפענדער הי"ו.

ביים ענדיגן האט דער רב שליט"א פארגעזאגט די יהי רצון מיט גרויס השתפכות הנפש, דערנאך געדאוונט מנחה פארן עמוד, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א מיטן ניגון אבינו מלכינו פתח שערי שמים לתפילתנו.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ