זונטאג פ' נצבים • כ"א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
היינט זונטאג נאכמיטאג האט די חשובע דעלעגאציע פון די גדולי ומאורי ישראל געלאנדעט אויפן ענגלישע באדן וואו א משלחת כבוד איז ארויסגעפארן מקבל פנים צו זיין די גדולי התורה אין שפיץ פון די ראשי קרן עולם התורה און נאך נגידים ושועים פון לאנדאן הבירה.
היינט אין די פריע פארטאגס שעהן איז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ארויסגעפארן צום לוד לופטפעלד אין באגלייטונג פון בנו יחידו הרה"ג ר' יוסף לאנדא שליט"א ראש כולל סלאבאדקע אין בראכפעלד און מקורבים. נאכן דאווענען שחרית אינעם פתאל טערמינאל האט דער ראש הישיבה באגריסט די חשובע גדולי תורה וועלכע האבן זיך מצרף געוועהן צו די נסיעה קיין ענגלאנד: הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א חבר מועצת חכמי התורה, און המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א.
אויפן פליגער האבן די ראשי הישיבות וגדולי ישראל פארברענגט בשעשועי דאורייתא, און ארומגעשמועסט מעניני דיומא. ווי געזאגט האט דער פריוואטער פליגער געלאנדעט אינעם לאנדאן לוטאן לופטפעלד ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג, ארטיגע זייגער. די משלחת כבוד איז באלד אריינגעפארן צו די גאלדערס גרין געגענט וואו מען וועט תיכף צוגיין צום סדר היום, מיט באשטימטע באנקעטן און באזוכן בבתי נדיבים בעם, וואס זענען געפלאנט אויף היינטיגן זונטאג – דער ערשטע טאג פונעם היסטארישן נסיעה.