"שבת חברותא" אין "דזשארזשיע" פאר העכער 60 נגידים ותומכי מוסדות פני מנחם בראשות הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

מוצאי שב"ק פ' כי תבא • כ' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


א געהויבענער "שבת חברותא" איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם שבת פ' כי תצא אין שטאט "אטלאנטא" וואס געפונט זיך אינעם לאנד "דזשארזשיע" בראשות פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, צוזאמען מיט אריבער זעכציג נגידי ומחזיקי מוסדות "פני מנחם" פון איבער אלע עקן וועלט. דער שבת איז אויך באשיינט געווארן דורך הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבה קטנה פני מנחם, א ברודער פונעם ראש הישיבה שליט"א.

די אלע נגידים משתתפי ההשבת זענען אנגעשלאסן אינעם "חברותא" פראיעקט, אנקניפנדיג א פערזענליכע חברותא מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, פאר די פילאנטראפישע סומע פון 360 טויזנט דאלאר א יאהר להחזקת מוסדות החינוך פני מנחם, און דערמיט האבן זיי עררייכט די זעלטענע זכי' צו לערנען פערזענליך מיט'ן ראש ישיבה, קומענדיג צו פארן עטליכע מאל א יאר קיין ארץ ישראל בלויז פאר דעם חברותא'שאפט, בנוסף האבן זי די פריוועליגיע אנצופרעגן ביים ראש ישיבה און מפלפל זיין בשעשועי דאורייתא ווען אימער איבער'ן יאר.

אט דער געהויבענער שבת קודש איז שוין די צווייטע אין די סעריע, נאכפאלגענדיג די ערשטע "שבת חברותא" וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאריאר, און נאך די געוואלדיגע הצלחה און די שטוינענדע רעזולטאטן פונעם שבת איז היי יאר נאכאמאל אפגעראכטן געווארן די שבת מיט טאפעלטע צאל באטייליגטע, וואס ברענגט ארויס די געוואלדיגע הצלחה פונעם "חברותא" באוועגונג, וועלכע איז נתייסד געווארן דורכן רעיון פונעם בארימטן תורה פאנדרעיזער, הרב נחמן ווידילאוויסקי שליט"א מנכ"ל מוסדות פני מנחם.

דער שבת איז נישט געווען באגרעניצט בלויז אלס א שבת הוקרה פאר די נגידים, נאר דאס איז אויסגענוצט געווארן צו איר מאקסימום אריינצוברענגען מלא תוכן פאר די נגידים, ווען במשך די גאנצע נסיעה אנגעהויבן פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביז זונטאג פארמיטאג האט זיך אלעס געדרייעט ארום "תורה" מיט אייגנארטיגע תורה'דיגע שמועסן און פאנעלן ווען עס איז פארגעלערנט געווארן טיפזיניגע שיעורים פון פארצווייגטע סוגיות הש"ס און קאמפלעצירטע הלכות אליבא דהלכתא, וואס האט אריינגעברענגט א גייסט פון תורה במשך די גאנצע שבת און די טעג ארום.

צווישן אנדערע האט מען אויך געהאט די זכי' צו הערן עטליכע שיעורים במשך ערב שבת און שבת מתוך עיון ופלפול פונעם ראש הישיבה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט פון אנהייב אז א גאנץ יאר האבן די נגידים די זכי' צו זיין פון די "זבולונ'ס" מיטן זיין א תומך תורה, אבער אצינד געבט מען זיי די זכי' צו ווערן א אקטיווע טייל פון חלק "יששכר", מיטן אליינס עוסק זיין בעמקא דשמעתתא.

א הערליכע איבערלעבעניש איז געוועהן דער שיעור פונעם באקאנטן פילאנטראפ הרבני התורני ר' צבי רייזמאן בי"ו פון לאס אנדזשעלעס וואס האט איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון אבר מן החי' און טומאת איברים בזמן הזה, דער שיעור איז מיטגעהאלטן געווארן דורכן ראש הישיבה וועלכע האט זיך אנגערופן מערערע מאל און מוסיף געוועהן חידושים נפלאים.

אזוי אויך איז אפגעהאלטן געווארן רייכע פאנעלן איבער וויכטיגע אקטועלע נושאים בעניני חינוך הילדים און נאך פארשידענע וויכטיגע אפהאנדלונגען וואו דער ראש הישיבה האט געענפערט די שאלות וואס זענען פארגעלייגט געווארן דורך די משתתפי השבת, באזונדער איז ערב שבת ביים זמן הדלקת הנרות פארגעקומען א מעמד נרגש ווי מ'האט מתפלל געווען אויף ערליכע קינדער, ווי דער ראש הישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים, און דערביי האט מען אינאיינעם געזאגט די מסוגל'דיגע "תפלת השל"ה".

אין א באזונדערע געלעגנהייט האבן די נגידים בעם געהאט די זכי' במשך ערב שבת אריינצוגיין פערזענליך צום ראש הישיבה שליט"א, ווי מען האט זיך אנגעוואונטשן לקראת דעם נייעם יאר הבא לקראתינו לשלום.

דער יושב ראש השבת איז געוועהן דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א פון ארץ ישראל, וועלכע האט געהאלטן געשפאנט ביי די סעודות שבת.

דער הויכפונקט פונעם שבת קודש איז געווען דער מעמד "סעודת שלישית רעוא דרעוין", ווי הגאון רבי שאול שליט"א האט אויפגעפלאמט די הערצער פון אלע באטייליגטע בדברי כיבושין והתעוררות לקראת די ימים הנוראים, מיט געוואלדיגע געגועים דקדושה צו זיך דערנענטערן צום אייבערשטן אין די הייליגע טעג.

מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א רייכע סעודת מלוה דמלכה, ווי עס איז אויפגעשפילט געווארן א ספעציעלע פרעזענטאציע וואו אידן האבן דערציילט זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן ביים שוידערליכן שמחת תורה אטאקע בשנת תשפ"ד, געוויסע פון זיי האבן זיך דאן אנגעקניפט א נאנטן קשר מיטן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א צו באקומען חיזוק והתחזקות, און פארבליבן נאנט און מקושר צו ק"ק פני מנחם.

באזונדער איז אויפגעשפילט געווארן די ווערטער פון די צוויי גדולי הדור ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע וועלכע האבן דורך א הוק-אפ, אויסגעדרוקט זייער באגייסטערונג פארן ראש הישיבה הגאון רבי שאול שליט"א, וואס שמו הטוב הולך לפניו, צו פארשפרייטן תורה, און אריינברענגען א אהבת התורה צווישן אידישע קינדער.

דערביי איז ארויסגעברענגט געווארן די געוואלדיגע הצלחה פון די קהלה נאה וחסידה בראשות פונעם ראש הישיבה שליט"א זינט איר התייסדות מיט קרוב צו זעקס יאר צוריק שמחת תורה שנת תש"פ, אין א בחינה פון "גדלו והצליחו וגם עשו פרי", איז די קהילה ב"ה אויסגעשטיגן אלס א פרעכטיגע גולת הכותרת בסייעתא דשמיא.

אן איבערראשנדע מאמענט איז געוועהן צום סוף פונעם מעמד, ווען פילע נגידים האבן אויפן ארט געהעכערט זייערע יערליכע שטיצע אין ראם פונעם "חברותא" פראגראם צו דערהייבן די כח התורה אויף גאר הויכע שטאפלען.

פארשטייט זיך אז דער געוואלדיגע שבת "שבת חברותא" האט זיך אויסגעשטעלט מיט אן אויסטערלישע סוקסעס למעלה מן המשוער, זייענדיג עושה רושם מיט די געוואלדיגע פעולות, און דערצו האט עס אריינגעברענגט א אהבת התורה, חשקת התורה אין אלע משתתפים, א שבת וואס וועט פאראייביגט ווערן לנצח נצחים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ