דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ח.ל.
אין עיה"ק ירושלים איז נעכטן פארגעקומען די שמחה הרוממה, קישור החיתון פונעם עלטסטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די כלה אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש דומ"ץ מאחנובקא בעלזא זוהן פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרב ישראל מאסקאוויטש איידעם פון הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק.
די חתן איז אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א וואס איז א שוואגער מיטן מאחנובקא בעלזא רבי'ן, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א.
די שמחת הווארט איז פארגעקומען אין די זאלן פון תלמוד תורה מאחנובקא בעלזא אין עיה"ק ירושלים אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א און די אנדערע זיידע'ס האדמור"ים והרבנים שליט"א.