מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, JDN
ווי באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען נעכטן דינסטאג קיין עיה"ק ירושלים וואו דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג אינעם בנין המוסדות אין קרית צאנז ירושלים.
בשעת די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צום שכינות'דיגן קרית בעלזא ירושלים וואו דער רבי האט אפגעשטאט א באזוך ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים. דער רבי האט דורש געוועהן בשלומו פונעם בעלזער רב וועלכע ערהוילט זיך נאך א אפעראציע. דערנאך האבן די אדמורי"ם פארברענגט בנועם שיח און געטרינקען לחיים, וואו מען האט זיך ווארעם געוואונטשן לשנה טובה ומבורכת להכתב בספרן של צדיקים.
פון דארט איז דער רבי צוריק געפארן קיין קרית צאנז ירושלים אויף א באזוך ביים שוואגער כ"ק גאב"ד קרית צאנז שליט"א און די שוועסטער די רעבעצען, עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער זכרונות פון די הייליגע טעג ביי הרה"ק רבי בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע און מען האט זיך געוואונטשן בברכת השנים.נאכן באזוך האט דער רבי ממשיך געוועהן מיטן קבלת קהל וואס האט זיך פארצויגן ביז 3:30 פארטאגס ווען מען האט געדאווענט מעריב. עס איז געוועהן נאך 5:00 פארטאגס ווען דער רבי האט זיך אהיימגעקערט לביתו נאווה קודש אין קרית צאנז נתני'.