גייסטרייכע סיום אויף גאנץ זוהר הק' און אוצרות חיים דורך "כולל קבלה בחצות" אינערהאלב די תורה-24 כוללים נעץ

מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


א אייגנארטיגער סיום איז פארגעקומען די פארלאפענע וואך אינערהאלב כולל קבלה חצות וואס איז אן אפטיילונג פון תורה-24 אין ירושלים עיה"ק, אונטער וועלכע חשוב'ע תלמידי חכמים גאונים, און באקאנטע בעלי מקובלים קומען זיך צוזאם טעגליך ביי חצות הלילה און נאכן זיך טובל'ען בקדושה ובטהרה טוען זיי אפרעכטן תיקון חצות מיט אש אויפן קאפ, און דאן לערנען זיי פאר לאנגע שעות דעם זוהר הק', אוצרות חיים פון ר' חיים וויטאל.

דער כולל קבלה חצות איז א טייל פון א גרעסערע נעץ פון 11 כוללים וועלכע געפונען זיך אונטער איין דאך אין די ראמען פון דעם מוסד תורה-24 וואס פארמאגט א צאל כוללים צעטיילט לויט אלע מקצועות התורה וואס ווערט געלערנט יעדן איינציגסטן טאג פאר 24 שעה א טאג.

דער געדאנק פון פארמאגן א כולל וואס לערנט פאר 24 שעה א טאג גייט אין די פיסטריט פון גדולי הצדיקים פון די פריערדיגע דורות, דער הייליגער רמח"ל, אור החיים הק', און הגאון רבי חיים וואלאזשינער זי"ע האבן פארמאגט אזעלכע כוללים וועלכע האבן פארזיכערט אז דער קול תורה שטעלט זיך נישט אפ פאר קיין איין מינוט.

תורה-24 איז א חלק פון די ירושה פון מרן שר התורה רבינו הגדול הרב חיים קנייבסקי זצ"ל, וואס האט געדינט אלס נשיא פון תורה-24 און די רשת הכוללים ש"ס אידן. יעדע כולל האט זייערע באזונדערע בחינות בכתב אויף א וועכנטליכע פארנעם, וואו די תלמידי חכמים ווייזן ארויס זייענע קענטעניסטן אין די לימודים.

דער געהויבענער מעמד הסיום פון די רבנים אינערהאלב תורה-24 כולל קבלה חצות, האט אפגעצייכנט א סיום אויף די לימוד פון גאנץ זוהר, אינאיינעם מיט אוצרות חיים. און עס איז געווען געווידמעט ארויסצוברענגען די געטריישאפט צו תורה וואס הערשט צווישן די ווענט פון תורה-24, וואו עס ווערט געלערנט נגלה און נסתר יעדע מינוט פונעם טאג אן אפשטעל.

די מעמד איז פארגעקומען אינעם שטוב פונעם זקן המקובלים בדורינו הרה"צ המשפיע ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים. הרה"צ ר' יעקב מאיר האט גאר שטארק אויסגעלויבט פוזנא רב הגאון ר' אברהם הלוי אייזען שליט"א וואס איז דער גרינדער פון תורה-24, פאר זיין געוואלדיגע וויזיע און הפצת התורה, און פארן ווידמען א ספעציעלער אפטיילונג אינעם כולל פאר לימוד הקבלה וואס איז נישט געמאכט פאר יעדעם איינעם, און נאר פאר גאר אויסגעארבעטע תלמידי חכמים, זאגנדיג אז דאס וועט לאזן א רושם אויף די גאנצע וועלט, און דאס וועט בעז"ה ברענגען די גאולה, ווי עס שטייט געשריבן אינעם זוהר הק'.

דערביי האט ער דערמאנט דעם זיידן פון פוזנא רב, דער גרויסע מקובל הרב הצדיק ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע וואס איז געווען איינער פון די גדולי המקובלים אין ירושלים עיה"ק, און הרה"צ ר' יעקב מאיר האט אים פערזענליך געקענט, און ער איז דאן אריין אין א שמועס מיט דברי הדרכה בעניני קבלה, ציטירנדיג פון די גדולי המקובלים ביי וועם ער האט געהאט די זכי' צו קונה זיין תורת הנסתר.

דער ראש הכולל פון כולל קבלה חצות, המקובל הרב אברהם אייזנבאך שליט"א אן איידעם פון הגאון המקובל ר' דניאל פריש זצ"ל, מח"ס מתוק מדבש אויפן זוהר, האט אפגעהאלטן דעם סיום אויפן זוהר, און ארומגערעדט איבער פארשידענע ענינים בתורת הקבלה, און דערביי ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זאגן תיקון חצות און מתפלל זיין פאר די גאולה אין די צופרי שעות.

דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און דערנאך הגה"צ ר' צבי וויגדער שליט"א וואס האט אפגעהאלטן דעם סיום אויפן ספר אוצרות חיים. דער קדיש איז געזאגט געווארן דורך הגאון הרב יוסף סאמעט ראש המערכת עוז והדר, וואס איז אויך א מיטגליד פון כולל קבלה חצות.

צום שלוס האט הרה"צ ר' יעקב מאיר געווינטשן לחיים און ווארעמע ברכות פאר אלע באטייליגטע, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ לכבוד התורה.

צו זעהן מער איבער די תורה-24 אימפעריע באזוכט www.torah-24.com

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ