בפרוס ימי הרחמים והרצון: האד' מתולדות אהרן אויפגענומען עדת צאן מרעיתו אין בית שמש דורכאויס א גאנצע וואך

מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


שטייענדיג אין די יעצטיגע חודש אלול לקראת ימי הרחמים והרצון ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א טוט יערליך ארומגעפארן צווישן די שטעט איבער גאנץ ישראל אויפצונעמען דעם ציבור אנשי שלומו לברך ולהתברך, איז היי יאהר איינגעפירט געווארן א שינוי אינעם קביעות'דיגן סדר.

אנדערש ווי אלע יארן ווען דער רבי שליט"א פלעגט פארן בערך 5–6 נעכט דורכאויס חודש אלול צום שטאט בית שמש אויפצונעמען די ציבור חסידים, נאכדעם וואס אין בית שמש איז פארהאן גאר א גרויסע מספר חסידי תולדות אהרן, מיט קרוב צו א מנין בתי מדרשים צושפרייט איבער די שטאט, און פינעף בתי מדרשים אין רמה ד' אליין, איז געמאלדן געווארן אז הײ יאר בכדי צו Pארגרינגערן פארן רבי'ן שליט"א בטילטולא דגברא רבא פון דארפן ארויספארן פון ירושלים קיין בית שמש עטליכע נעכט נאכאנאנד, האט דער רבי געוויילט דורכאויס א פולע וואך אין שטאט בית שמש אין שכונת רמה ד' אויפצונעמען תלמידיו וחסידיו, זייענדיג א פילפאכיגער פארגרינגערונג אינעם רבינ'ס סדר היום.

יעדער נאכט האט דער רבי אויפגענומען די חסידים פון אנדערע שכונות לויט א ספעציעלן סדר, אזוי אויך האט דער רבי שליט"א אויך אפגעשטאט געהויבענע באזוכן אין די ארטיגע מוסדות און ישיבות דחסידי תולדות אהרן אין בית שמש און געוואונטשן די טייערע תלמידים צום נייעם יאהר.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ