מאנטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
שעות פון פון שמחה און התרוממות הנפש זענען פאראיבער אויף פילע חסידי שומרי אמונים וואס האבן געפייערט די גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצרות בית שומרי אמונים, פון החתן א זוהן פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק מיט די כלה א טאכטער פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים, די שמחה איז פארגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.
די חתונה צווישן די צוויי הויפן איז געוועהן דער געשפרעך פון טאג בעולם החסידות, און האט במיוחד געהאט א גאר טיפע באדייט ביי תלמידי חסידי וידידי שומרי אמונים.
צו די בשטימטע צייט האט זיך אנגעפאנגען דער מעמד הקבלת פנים ווען דער קאפעליע פון די ביידע הויפן האבן געזינגען די ניגוני התעוררות און דביקות וואס זענען מקובל בחצר הקודש שומרי אמונים, צווישן זיי ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך די הייליגע רבי'ס לבית שומרי אמונים.
ביים מעמד החופה האט מען אויסגערופן די כיבודים ווי פאלגענד: סידור קידושין דער מחותן און פעטער פון חתן כלה האדמו"ר מדעעש שליט"א. עדי קידושין: הגה"צ ר' דוד אשלג שליט"א זון פון כ"ק האדמו"ר מאשלג שליט"א און הרה"ג ר' ברוך פינטשבסקי מרבני שומרי אמונים אין ירושלים.
קריאת הכתובה: דער פעטער פון חתן כ"ק האדמו"ר מקאסאן שליט"א. ברכות ראשונות: דער זיידע פון חתן כ"ק האדמו"ר מטאלטשווא שליט"א, און די פעטערס פון חתן כלה האדמו"רים משומרי אמונים פון אשדוד און קרית גת. ברכה אחריתא: די זיידע פון די כלה כ"ק האדמו"ר מהאלמין שליט"א.
נאכ'ן חופה האבן זיך די אדמו"רים ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און דערנאך אנגעוואונטשן דער ציבור מיט ברכות לרוב.
די סעודת החתונה איז פארגעקומען פאר כל קהלא קדישא אינעם בנין ביהמ"ד הגדל מחנובקא בעלזא, באזונדער פאר קינדער, בחורים, יונגעלייט א.א.וו.
באלד נאכ'ן חופה איז ערשינען אין זאהל דער אבי החתן כ"ק מרן אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק וועלכע איז אנטפאנגען געווארן לקול תרועת הזמר. דערנאך האט מען אנטפאנגען דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם מחול לצדיקים אויף אויבן אן.
בשעת די שמחה האט מען צווישן אנדערע געזינגען די נייע ניגונים וואס זענען ערשינען צום שמחת החתונה דורכ'ן בעל מנגן ומלחין לבית שמורי אמונים הרה"ח יהודה הערש פייג הי"ו, צווישן זיי א לאנגע יצירה אויף 'מזמור לתודה'.
במשך די שמחה האבן זיך געשלענגעלט פילע חסידים וואס זענען אריבער אל מול פני הקודש וואונטשן לחיים און מזל טוב ביי מרנן האדמו"רים שליט"א.
איידער ברכת המזון האבן די ראשי החבורות דחסידי שומרי אמונים פון ירושלים איבערגעגעבן א מנחת ביכורים מיט נאנט צו זיבן טויזנט שעות רצופות וואס זענען געלערנט געווארן כהכנה דרבה צו די גרויסע שמחה.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן האדמו"רים מזוועהיל, קרעטשניף טשערנוביץ, און הגאונים הצדיקים הרב ישעי' וואלף גראס אב"ד האלמין ביתר, הרב מנחם מנדל פאנעט בן האדמו"ר מדעעש און הרב יהושע היימליך שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר בעל תפארת אהרן משומרי אמונים זצ"ל פון בני ברק, ברכה אחריתא כ"ק האדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א.
נאך ברכת המזון האט מען צוגעטראטן צום מעמד המצוה טאנץ, צום ערשט האט מען אויפגערופן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א, דערנאך איז געטאנצן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מטאלטשווא שליט"א.
דאן האט דער בארימטער גראמער הרב ישראל אדלער הי"ו אויפגערופן דער געהויבענער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים, און מיט זיין לשון לימודים ארויסגעברענגט דעם גרויסן עת משוש, ווען דער רבי מאכט חתונה זיין יונגסטע קינד.
מיט רירנדע ווערטער האט ער דערמאנט דעם ראש בית אבות, דער סבא קדישא כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצוק"ל, די אהבה צו זיין זוהן דער רבי שליט"א, און די ישועות און רפואות וואס מען איז אנגעוואנדן די תקופה, צרכי עמך מרובים.
מען האט דאן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון די וואס האבן בייגעשטייערט פון 100,000 שקל און ארויף לטובת דעם איבערבוי פונעם נאסטאלגישן בית המדרש דחסידי שומרי אמונים אין ירושלים וואו עס איז אונטערגענומען געווארן העפטיגע רענעוואציעס לקראת דער שבת שבע ברכות אין די ימים הנוראים הבאים עלינו לטובה, צו קענען אקאמאדירן די מאסן חסידים וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.
באלד דערויף האט דער רבי צוגעטראטן צו די ריקודין קדישין וואס זענען אפגעראכטן געווארן בהתרוממות עילאה כדרכו בקודש, ווען צום שלוס איז דער רבי געטאנצן אויפן ניגון פון 'זכרנו לחיים' משפיע צו זיין רפואות און ישועות און א גוט געבענטשט יאר פאר אלע מסתופפים.
דארנאך האט דער גראמער אויפגערופן דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק צו די מצוה טאנץ, אין זיינע גראמען האט ער ארויסגעברענגט שיינע שטריכן איבער די קשר צום גרויסן זיידן בעל חוקי חיים משומרי אמונים זצוק"ל, כמים פנים לפנים, און די עבודת הקודש ביי כ"ק אדמו"ר בעל תפארת אהרן משומרי אמונים זצ"ל במשך די קורצע שנות הנהגה וואס די חסידים האבן זוכה געווען נהנה צו זיין מאורו הבהיר.
נאכן זינגען א ניגון התעוררות פארפאסט דורכן זיידן כ"ק אדמו"ר בעל תפארת אהרן משומרי אמונים זצ"ל האט דער אבי החתן דער רבי שליט"א צוגעטראטן צו די ריקודין קדישין וואס זענען אפגעראכטן געווארן מיט א מורא'דיגען התלהבות באש קודש.
גלייך דערויף זענען די מחותנים כ"ק האדמו"רים משומרי אמונים ארויס אין א פייערליכן טאנץ, לקול מצהלות החסידים. דערנאך זענען די אדמו"רים געטאנצן א עקסטערע ריקוד מיט די קינדער פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל פון בני ברק וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסלאנד צו די שמחה. נאנט צו פיר פארטאגס האבן זיך די חסידים צושפרייט מיט הרגשים מלא שמחה והתעלות.
דורכאויס די שמחה האבן זיך משתתף געוועהן די מחותנים האדמו"רים ממחנובקא בעלזא; ביאלא בני ברק; אוזרוב; זידיטשוב; טראבישאן; שאץ דרוהביטש;
אזוי אויך האדמו"רים מפיטסבורג; שבט הלוי, קוזמיר; קודינוב; טשארנאביל; אטיניא; ביאלא רמת אהרן; בישטינא; דינוב ארה"ק; זוועהיל; זוועהיל ירושלים; זוטשקא; טעמעשוואר אלעד; לינסק; מיאלען; מישקולץ; ספינקא גני גד; ספינקא בני ברק; ספינקא ירושלים; ספינקא רמת אהרן; קליוולנד; קרעטשניף טשרנוביץ; ראדושיץ; ראדזין; ראחוב; ראפשיץ;
הגאונים הצדיקים: גאב"ד מאקאווא אשדוד; גאב"ד מאקאווא בני ברק; ראש ישיבת סאטמאר בני ברק; הגה"צ ר' יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד, הגאון ר' שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק; אב"ד ערלוי בני ברק; הגאון רבי נתן נטע לאנדמאן אב"ד חולון; הגאון ר' יעקב יהושע ענגלאנדער ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא; הגה"צ ר' טוביה שטערן גאב"ד מירון; דער מעיאר פון בני ברק הרב חנוך זייבארט און נאך פילע רבנים און אישי ציבור.