פרייטאג פ' ראה • ה' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
די וואך האט כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, זיך צו וואונטשן צום נייעם יאהר און מקבל זיין ברכת קדשו לכבוד די חתונה פון צוויי אייניקלעך וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך. עס איז געשאפן געווארן א שיינעם תורה'דיגן שמועס ווען צום שלוס האט דער גאון מכבד געוועהן דעם רבי'ן מיט לחיים, ונפרדו לשלום.