וּבְרָאשֵׁי חָדְשֵׁיכֶם: חסידי באבוב-45 מיטגעהאלטן געהויבענעם טאג ראש חודש אלול בצל הקודש

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום


הונדערטער חסידי באבוב 45 האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם טאג ראש חודש אלול אין מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל זייענדיג ווי באקאנט א גרויס עבודה ביי אדמור"י בית באבוב. דאס יאהר איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע בנין פונעם דערנעבנדיגע "העסק" קעמפ וואס איז צוגעשטעלט געווארן בתשואות חן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים מתוך הרחבת הדעת.

פילע חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט פון אלע געגענטער פון ניו יארק און ניו דזשערזי און פון די באנגעלאו קאלאניס און געמאכט די לאנגע וועג צום מחנה מתיבתא אין פארקסוויל.

נאכן לייגן תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים האט מען געדאווענט א ווארימע שחרית אריינטרעטנדיג אין חודש אלול, בפרט ווען דער רבי שליט"א האט געדאווענט הלל פארן עמוד מיט גרויס התעוררות און דערהויבענקייט, די רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען הגה"צ רבי שמעון גאלדבערגער אב"ד ביקאווסק צו דאווענען מוסף. נאכן דאווענען האט די רבי געבלאזן שופר, און פארגעזאגט די ח"י קאפיטלעך תהלים כנהוג.

דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א סעודת ראש חודש פארן גאנצן ציבור איינגעטיילט אין די חדרי אוכל פונעם קעמפ, און קורצליך דערויף איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען טיש ווי די רבי האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש איבער די עבודה פון חודש אלול און בתוך דבריו באזונדער מעורר געווען די חסידים צו קובע זיין א לימוד דורכאויס חודשי אלול אין תשרי אינעם צעטל קטן פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע, און אויך מעורר געווען אז מ'זאל בודק זיין די תפילין בימי חודש אלול. ביים ענדע האט דער רבי ארויסגעהויבן מיט דברי שבח והודאה זיך גרייטנדיג צו באנייען דעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד לשם ולתפארת, און געוואונטשן אז אלעס זאל זיך פירן אן קיין מכשול, אויך האט די רבי ארומגערעט איבער דעם וואס מ'האט צוטיילט צו די ישיבה קטנה צום קומעדיגן זמן, און געוואונטשן גרויס הצלחה און סייעתא דשמייא.

נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארטיילט פלוימען פארן גאנצן ציבור כנהוג, פאר קרוב צו צוויי שעה, ווי די רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער די מקור המנהג צו פארטיילן פלוימען ראש חודש אלול וואס יסודתו בהררי קודש פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ