הערליכע אויפנאמע לכבודו פון חשובע דעלעגאציע שליחי האד' מסאטמאר במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם וואך אין טאג פון כ"ו מנחם אב האבן באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, די חשובע געסט שלוחי הקודש פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, די וועלט באווארימטע פילאנטראפען, בונים ומקימים עולמות של תורה וחסד, אינאיינעם מיט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר וויליאמסבורג, וואו זיי זענען אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד.

צום ערשט האט הנגיד המפורסם ר׳ אברהם בראך הי״ו איבערגעגעבן א פריסת שלום פונעם רבי׳ן שליט״א. דער גאון שליט״א האט רעאגירט מיט קענטיגע הנאה און צוריקגעשיקט א גריס פאר ידיד נפשו דער רבי שליט״א. צוגלייך האט ער איבערגעגעבן א שליחות קודש איבער די ביטערע נסיונות און גזירות הגיוס וואס יהדות החרדית אין ארץ הקודש גייט דורך אונטער׳ן שלטון הרשע, און אז מען דארף חיזוק פונעם רבי'ן שליט״א וועלכער שטייט בראש מערכות ישראל.

דער פוסק הדור שליט״א האט דאן געצינדן א לעכט לטובת נשמת הרה"ק מסאטמאר רבי יואל בן רבי חנני׳ יום טוב זי״ע, און מ׳האט געזונגען ווארימע ניגונים מיט גרויס התעוררות.

דערנאך האט דער חשובער גאסט הגה״צ רבי מאיר צוויבל שליט״א, משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד הנאספים און מקדם געווען בברכת התורה דעם גאון שליט״א וואס עיני כל ישראל נשואות אליו.

מיט קענטיגע הנאה און קורת רוח האט דער גאון אויסגעהערט איבער דעם מעמד "הנחת אבן הפינה“ פארן בנין ביהמ״ד החדש "ברך משה ד׳סאטמאר“ און אלע אנדערע פלענער וואס די חשובע דעלעגאציע האט מיטגעברענגט פאר די קהילה אין ירושלים.

דער פוסק הדור האט דאן אפגעראכטן א לחיים לכבוד דעם מעמד און אויפגעטרטן מיט פייערדיגע דברות קודש חוצבות להבות אש. דערנאך האט ער געוואונטשן די חשובע געסט הי״ו אז זיי זאלן מצליח זיין אין זייער עבודת הקודש און ווייטער קענען שטיין לימין קדשו פונעם רבי׳ן שליט״א להגדיל תורה ולהאדירה. צום שלוס זענען אלע נדיבים בעם אריבער צו מקבל זיין דעם ברכת הקודש פונעם גאון.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ