מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט פארקלעמטע הרגשים פון יתמות און אבילות האבן אלפי ישראל באגלייט דעם ארון הקודש פון דעם רועה נאמן לעדתו און צדיק מפורסם כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, וועלכער איז ליידער נסתלק געווארן לגנזי מרומים בפתע פתאום, איבערלאזנדיג די פילע חסידים און טויזנטער מעריצים און אוהדים בכל רחבי תבל פאר'אבלט און פאר'יתומט נאך די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה.
בצער יגון ואנחה האט מען געשפרייזט אויף די ירושלימער גאסן, דרכי ציון האבילות, די טרויער און פארלוירנקייט שרייט ארויס פון יעדנ'ס פארביטערט הארץ וואס קלאגט און קען זיך נישט טרייסטן פון דעם גרויסן בראך, און נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן דורך די טויזנטער מלווים במשך די הארצרייסנדע לוי' על סילוקו של צדיק.
ווי נאר די בשורה קשה האט זיך צושפרייט האבן פילע אידן שוין איבערגעפילט דעם קרעטשניף סיגעט'ער ביהמ"ד, וואו די מיטה איז קורצליך נאך די הסתלקות אריינגעפירט בין כותלי ביהמ"ד וואס האבן אזויפיל יארן צוגעזען דעם רבינ'ס פייערדיגע עבודה.
אום אכט אזייגער אויפדערנאכט האט מען ארויסגעפירט די מיטה צום טהרה אין די מקווה ביים ביהמ"ד זוועהיל וואס געפונט זיך בשכינות, אין א מערקווירדיגע שריט איז מיט גענוי דריי יאהר צוריק אין די זעלבע צייט אפגעראכטן געווארן די טהרה פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל, וואס איז אויך אוועקגעריסן געווארן בפתע פתאום אינעם זעלבן טאג ב' אלול נאכמיטאג, און באורח פלא זענען די צוויי שכנים טובים נסתלק געווארן אינעם זעלבן טאג און ביידע נתקדש געווארן אינעם זעלבן מקווה.
ווי נאר מען האט אריינגעברענגט דעם מיטה אין ביהמ"ד האט דער קוואל פון טרערן זיך פונדאסניי געעפנט מיט א פלייץ פון שטורמישע בכיות וואס האט ערוועקט ביי יעדן איינעם עקסטער, עס זענען ערלויבט געווארן אריינצוגיין אין ביהמ"ד בלויז די נאנטע בני המשפחה און מקורבים, און אין די זעלבע צייט זענען די גאסן ארום שוין געווען שווארץ פון טויזנטער אידן וואס זענען געקומען באוויינען די גרויסע אבידה.
דורכאויס די לוויה אנגעהויבן פון די הספדים, און שפעטער ברחובות ירושלים, און באזונדער ביים קבורה אויפן הר הזיתים האבן זיך אנגעזעהן פילע גדולי ישראל אדמורי"ם ורבנים וואס האבן זיך מטריח געווען אפצוגעבן דעם כבוד הראוי פארן אדם הגדול וואס איז אזוי פארכאפט געווארן לדאבון לב.
צווישן די מלווים האט זיך אנגעזעהן אחיו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די הספדים זיצנדיג אין קאר, און נאך די הספדים באגלייט די מיטה א שטיק וועג צופיסנס, און שפעטער מיטגעהאלטן די קבורה אינעם אוהל הק', און דארט געריסן קריעה כדין.
אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, די מחותנים כ"ק האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, פינסק קארלין, און מעליץ, די קרובי המשפחה לבית נדבורנא און קרעטשניף האדמורי"ם מקרעטשניף, פרעמישלאן, נדבורנא ירושלים, פיטסבורג, בישטינא פון פתח תקווה, זוטשקא, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, טשערנוביץ, ביטשקוב, ראחוב, זוטשקא ירושלים, האדמורי"ם ממשכנות הרועים, זוועהיל, ספינקא ירושלים, דינוב ביתר, אלעסק ארה"ק און נאך.
די לויה האט זיך אנגעהויבן מיט סליחות פארגעזאגט דורך הרב מאניש בערגער מנכבדי הקהילה אויפן קרעטשניפער נוסח. ביי די לוויה זענען געהערט געווארן אכצן הספדים אנגעהויבן מיטן משמש בקודש הרב אליעזר פרידמאן וועלכע האט זיך שווער געזעגנט פונעם רבי'ן בשם כל קהלא קדישא הדין, ער האט שטארק ארויסגעברענגט די אהבת ישראל פונעם רבי'ן און זיין מיטלייד מיט יעדן איד, די פארשידענע סגולות וואס ער פלעגט געבן פאר אידן געהאלפן צו ווערן מיט זיווגים און אנדערע ישועות, ורבים נושעו ממנו.
דערנאך האט מען געהערט די הארצרייסנדע מספד נהי וקינה דורך די זרע קודש הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ווי יעדער פון די קינדער האבן מיט גאר רירנדע דברי הספד באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, צום ערשט האט מספיד געוועהן בנו הגדול מ"מ כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א און בקצרה ארומגערעט וואו דער רבי איז געווען א מיצר בצרתן של ישראל, און געבעטן פונעם טאטן ער זאל זיין א שליח ציבור צו ברענגען די גאולה שלימה.
די צווייטער זון כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג האט באוויינט די אומגעהויערע אבידת כלל ישראל, און באטאנט די גרויסע הערכה פון די גדולי וצדיקי הדור פונעם פריערדיגן דור צום טאטן, די לעכטיגע שבתים ביים רבי'ן מיט א מסירות נפש, זיין אהבת ישראל, די ישועות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן, און דערנאך האט ער דערמאנט די אלמנה די רעבעצין תליט"א וואס איז די לעצטע צוואנציג יאהר געשטאנען לימינו מיט א געטריישאפט. אויך האט ער דערמאנט די ברודער הרה"צ רבי מאיר אריה לייב שליט"א וואס האט זיך אוועקגעגעבן בכל נפשו ומאודו פארן טאטן.
די דריטער זון הרה"צ רבי ניסן חיים מרדכי שליט"א האט דערמאנט אז דער רבי זצ"ל קומט למנוחת עולמים בעצם יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק רבי בערצי מנאדבורנא זי"ע, און די נסיעה קיין בישטינא מיט גענוי א חודש צוריק וואו די רבי האט אראפגעלייגט אן עבודה נשגבה פון קרוב צו צוועלף שעה ביים ציון הק' פונעם רבי ר' מרדכי'לע זי"ע, אויך האט ער דערמאנט לטובה די מומע די הרבנית מביאלא בני ברק וואס איז געשטאנען לימינו אלע יאהרן במסירות נפש אין אלע מצבים, בסוף דבריו האט ער דערמאנט די עבודה וואס דער טאטע האט אראפגעלייגט קעגן די גזירת הגיוס, און די נסיונות הדור און געבעטן ער זאל ווייטער זיין דער עמוד צלותהון דישראל, און מבטל זיין די אלע שווערע גזירות.
בנו חביבו הרה"צ רבי מאיר שליט"א האט מיט יאמערליכע בכיות זיך געזעגענט פונעם טאטן, ווען יללות און בכיות האט זיך געהערט פון יעדן ארום, ער האט מרחיב געווען איבער די געוואלדיגע מידות טובות וואס מען האט צוגעזעהן ביים טאטן, און געבעטן ער זאל זיין א מליץ יושר ספעציעל פאר די געטרייע משמשים בקודש וואס האבן זיך אוועקגעגעבן במסירות נאמנה.
בנו הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א האט בקול נהי ובכי דערמאנט די שטארקע התקשרות פונעם רבי'ן צו אביו הרה"ק מקרעטשניף זי"ע, און וואו ער האט ממשיך געווען די קרעטשניפער פלאם בדרך אבותיו הקדושים.
א רייע הספדים זענען געהערט געווארן פון חתנין רבנן די חשובע איידעמער פונעם רבי'ן זצ"ל, צום ערשט דורך א לייוו האקאפ פון חתנו הגה"צ רבי אהרן קאהן אב"ד תולדות אהרן מאנסי, דערנאך פון חתנו כ"ק אדמו"ר הגה"צ רבי חיים מאיר שנעעבאלג מסטרעליסק, חתנו הרה"צ רבי משה שמואל ראטענבערג שליט"א מנהל מוסד אור חדש, חתנו הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, חתנו הצעיר הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א, און דורך א לייוו הוקאפ פון די איידעמער הרה"צ רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש שליט"א און הרה"צ רבי ישראל הורוויץ שליט"א.
מיט א לעבעדיגע פארבינדונג פון די לופטן האט מספיד געווען די שוואגער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א זייענדיג אויפן פליגער קיין ארץ ישראל, וואו דער רבי האט ארומגערעט איבער די התקשרות איתנה פונעם רבי'ן צו אבותיו הקדושים, און זיינע עבודת הקודש ווי ער האט מקיים געווען יעדע מצווה מיט א הכנה דרבה און א זעלטענע התלהבות דקדושה, אויך האט דער רבי דערמאנט זיין כח התורה ווי ער האט פאר לאנגע שעה'ן עוסק געווען בתורה און נישט מוותר געווען פון זיינע קביעותדיגע שיעורים.
די שוואגער פונעם רבי'ן זצ"ל הגה"צ רבי יחזקאל שרגא בראך שליט"א ראש הכוללים תולדות אברהם יצחק האט ארומגערעט פון די גדלות פונעם רבי'ן זצ"ל אין אלע עמודי עולם.
דער משמש בקודש ר' שמואל אייכל הי"ו וואס האט משמש געוועהן דעם רבי'ן די לעצטע צעהן יאהר האט מיט קארצע ווערטער באוויינט די שווערע אבידה, און ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב וואו ער האט מפרט געווען די נעמען פון אלע נאנטע מקורבים, משמשים בקודש, חסידים מקושרים, און תומכים וואס האבן זיך אלע יאהרן מוסר נפש געווען און געשטאנען לימינו פון רבי'ן מיט א זעלטענע געטריישאפט.
תלמידו הנאמן הרב יואל ארי' שטערן שליט"א פון מאנסי האט מיט געוויין ארויסגעברענגט וויפל אידן בכל קצוות הארץ זענען געוועהן דבוק אין דעם צדיק וואס האט אריינגעשיינט אין זיי א קדושת שבת, און א חיות אין עבודת השם, און די פארלוסט פאר טויזנטער אידן שבורים ורצוצים בכל רחבי תבל.
דערנאך האט מספיד געווען הגה"צ רבי עקיבא וואזנער מו"ץ העדה החרדית ומרבני הקהילה וואס האט ארומגערעט איבער דעם ענין וואס ווערט געברענגט אז צדיק נתפס בעוון הדור ומיתת צדיקים מכפרת, דערביי האט ער מכתיר געווען על פי רצון קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל בנו הגדול מ"מ הגה"צ רבי נפתלי הירצקא יצחק שליט"א אלס כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און די אנדערע קינדער וועלכע וועלן בעז"ה מכהן זיין באדמורו"ת בכל מקום שהם ממשיך צו זיין די שלשלת הקודש לשם ולתפארת, ער האט דערביי מעורר געווען די חסידים און די משפחה זיך צו האלטן ווייטער באהבה אחווה ושלום ורעות כרצון קדשו פונעם גרויסן נפטר, און זיך דערווייטערן פון מחלוקת כמטחווי קשת, און אז די קינדער וועלן זיך האלטן צוזאמען וועט מען קענען משפיע זיין ישועות פאר אלע מקושרים לאילני דחיי.
נאך די הספדים האבן די קינדער געזאגט די ברכה פון דיין האמת און געריסן קריעה, ווען אין די זעלבע צייט האבן פילצאליגע חסידים זיך קורע געווען כדת וכדין תלמיד לפני רבו, דערנאך האבן די קינדער האדמורי"ם שליט"א געזאגט קדיש.
די לוי' האט זיך דאן ארויסגעלאזט אויף די גאסן פון די בית ישראל געגענט וואס איז געווען שווארץ פון פילע טויזנטער אידן העטופים כאבלים.
די לוויה איז ארויס צו די שמואל הנביא גאס בצום ריכטונג פונעם הר הזיתים וואו דער רבי זצ"ל איזבאישון ליל נאך חצות הלילה געקומען למנוחת עולמים, במרומי הר הזיתים, אינעם אוהל הקדוש הארט נעבן זיין גרויסן פאטער הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל במעמד פון מאסן חסידים ומעריצים, און פילע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה.
א קורצע צייט נאך סתימת הגולל איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען אויפן הר הזיתים אפצוגעבן כבודו האחרון און מתפלל געוועהן א תפילה קצרה ביים פרישן קבר פונעם רבי'ן זצ"ל.