האד' מביאלא בני ברק וויילט אין עיר האבות פשיסחא אין פולין בנאות דשא | בילדער גאלעריע

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


ווי יאר יערליך האט זיך כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א ארויסגעלאזט אויף אפרוה צום מקום משכן אבותיו הקדושים אין עיר האבות פשיסחא אין פולין.

ווי באקאנט האט דער רבי שליט"א אויפגעטוהן גדולות ונצורות להחזיר עטרה ליושנה אין די הייליגע שטאט פשיסחא אינעם אלטן היים, מקום אשר זרח אורם פון צדיקי בית פשיסחא לדורותיהם, ובראשם זקינו הגדול ראש שושלתא דדהבא די יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע, צו וועם דער רבי שליט"א ציהט זיין הייליגן יחוס דור אחר דור.

דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס עטרליכע וואכן בנאות דשא אינאיינעם מיט די מקורבים און בני המשפחה, בביתו נאווה קודש וואס געפינט זיך ביים שטח פון די הכנסת אורחים אין פשיסחא, און דערביי זיך אנגעשעפט פרישע כוחות דשנים ורעננים לקראת די ירח האיתנים הבאים עלינו לטובה, און אין די זעלבע צייט זיך אויסבעטן א שנת גאולה וישועה ביי די קברי אבות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ