געהויבענעם יומא אריכתא ראש חודש אלול בצל האד' מבאבוב אין די קעטסקיל בערג

דינסטאג פ' ראה • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס התעוררות האבן אלפי חסידי באבוב געפראוועט דעם געהויבענעם טאג ר"ח אלול בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. דעם טאג ר"ח אלול איז ביי חסידי באבוב מאז ומקדם פון די געהויבענסטע זמנים אין יאר ווי מ'גרייט זיך מיט התרוממות הנפש צו די ימי הרחמים ורצון הממשמשים ובאים.

לכבוד דעם גרויסן טאג זענען די הונדערטער תלמידי המוסדות פון מתיבתא עץ חיים, ישיבת כרם שלמה, ישיבת עטרת שלמה און ישיבת כרם ציון, אין צוגאב צו פילע אברכים און בעלי בתים געקומען צו פארן צו מחנה שלוה דבאבוב אין די קעטסקיל בערג, ווי דאס ביהמ"ד הגדול איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור בעת די תפילות. בנוסף איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער שאטער אויפן טעראסע פון ביהמ"ד.

שחרית האט געדאווענט דער בעל תפילה קבוע בחצה"ק באבוב הרב נפתלי חיים וואגשאהל מלאנצוט, און ביי הלל האט מען די זכיה געהאט צו הערן קולו בקודש פונעם רב שליט"א.

ביי קריאת התורה האבן עולה געוועהן: כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת באבוב, האדמו"ר מרודניק און הרה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א מסטריזוב. הגבה איז געגאנגען הרה"צ ר' דוד שלמה יונגרייז אב"ד טשענגער, און גלילה הגה"צ אב"ד גלאגוב.

צו מוסף האט דער רב שליט"א צוגעשיקט כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב באר שבע שליט"א, און נאכן דאווענען האט דער רב שליט"א געבלאזן שופר און דאן פארגעזאגט די ח"י קאפיטלעך תהלים כנהוג. נאך אמירת תהילים איז די גאנצע ציבור אדורך שלום נעמען.

דערנאך איז אפגעראכטן געווארן דער געהויבענער טיש לכבוד ר"ח אין די דערנעבענדע מחנה כרם שלמה דבאבוב. גלייך ביים אנהייב פונעם טיש האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט מיט התרגשות דער חיוב הודאה, אז די זומער איז ב"ה אדורך מיט אזא זעלטענע הצלחה אין אלע מחנות, און די הערליכע גרוסן וואס ער האט צוריקגעהערט במשכ'ן זומער, און דערביי געהייסן זינגען "מה אשיב".

מ'האט געזינגען נאך עטליכע ניגונים און דער רב שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דיברות קודש מלהבות אש, זייענדיג מעורר דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים און ארומגערעדט איבער די גדרים וסייגים וואס יעדער אידיש קינד דארף מאכן און זיך פירן בדרך החסידות יותר מלפנים משורת הדין.

נאך די דברות קודש האט מען אויפגעגעבן פלאמען כנהוג, און מען האט געבענטשט ברכת המזון. נאכ'ן טיש איז דער עולם אדורך זיך געזעגענען און דער רב שליט"א איז אהיים למעון קדשו אין ווייטלעיק.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ