מלכות'דיגער חתונה בחצר הקודש ספינקא רמ"א געפראוועט בחוצות עיר התורה והחסידות בני ברק

דינסטאג פ' ראה • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ברגשי שמחה והתעלות איז נעכטן געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין בני ברק, די חתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא רמת אהרן שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' נחמן ראזנער שליט"א דומ"ץ ראשית חכמה ירושלים, די חתונה איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל אינעם גרויסן מאחנובקא בעלזא ביהמ"ד אין שטאט בני ברק, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטהאלטן דעם געהויבענעם שמחה בבית צדיקים.

ביים מעמד קבלת פנים איז געזינגען געווארן ניגוני התעוררות כנהוג, און עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין דער בדחן הרה"ח ר' מענדל יאקאב הי"ו לעורר הלבבות, בראש המסובים האט באשיינט די גרויסע עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ביי וועם די חתן איז געווען מקורב למלכות און א בן בית, די פעטער דער ספינקא רבי האט פארגעזינגען 'היה עם פיפיות' אויפן נוסח ימים נוראים כנהוג אין ספינקא.

ביי די מעמד החופה ברחובה של עיר איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן הגה"צ רבי יעקב דוד הלברשטאם אב"ד צאנז טשאקאווא, הרה"צ רבי חיים מאיר קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר א מחותן מצד החתן, און הגאון רבי יצחק ישעי' ווייס גאב"ד נווה אחיעזר אן עלטער פעטער מצד החתן, ברכה אחריתא די זיידע הרה"ח ר' יצחק אריה בלאך הי"ו, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און דער מחותן האדמו"ר מספינקא רמת אהרן האט אנגעווואונטשן ברכות לרוב פאר אלע משתתפים ביי די שמחה.

דורכאויס די שמחת החתונה האבן באשיינט פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, פיטסבורג, סקולען ירושלים, סאדיגורא ירושלים, ספינקא בני ברק, קודינוב, אנטניא, מישקולץ, ראדזין, ברעזאן, אלעסק ארה"ק, לייפניק, הגה"צ רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד טשערנאביל אלעד, אב"ד סקולען בני ברק, אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק, אב"ד וויזניץ אלעד, גאב"ד פרדס כץ, אב"ד נאראל, אב"ד קרעטשניף בני ברק, הגה"צ רבי יוסף נחמי' הירשלער ראש ישיבת נזר התלמוד, הגאון רבי ירוחם פוברסקי, שלוחי דרבנן הרב משה שמעון ראטה, און נאך פיל.

די שמחה איז געשלאסן געווארן מיט די געהויבענע מצווה טאנץ, איבערהויפט די ריקודין נלהבין דורכן מחותן האדמו"ר מספינקא רמת אהרן שליט"א וואס האט געטאנצן לפני הכלה מיט גרויס דערהויבנקייט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ