בן י"ג למצוות: שמחת הבר מצוה פון נכד האדמור"ים מסערט וויזניץ און מודזיץ אפגעראכטן ברוב פאר והדר

מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


בשמחה וגיל, איז געפראוועט די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי יחיאל יהושע האגער שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין רמת וויזניץ חיפה, בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג בהשתתפות פון פילע הונדערטער חסידים פון ביידע הויפן.

פארלאפענעם וואך מאנטאג כ"ד מנחם אב – בו ביום פון די בר מצווה איז פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין אין ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ מיט די השתתפות פון די זיידע כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. די סערט וויזניצער רבי האט געלייגט די תפילין של יד און די מודזיצער רבי די תפילין של ראש. ביים ליינען האט דער בר מצווה האט עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית וואו האדמו"ר ממודזיץ איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות.

דערנאך זענען די אדמורי"ם שליט"א אריינגעקומען צום מעמד לחיים אינעם היכל השולחנות לכבוד די שמחה, ווי די סערט וויזניצער רבי האט מכבד געווען מחותנו האדמו"ר ממודזיץ אויפצוטרעטן מיט דברי תורה וברכה. בשעת די מסיבת לחיים האט מען געזינגען אן אלטן מודזיצער ניגון "ברוך הוא אלוקינו" וואס איז פארפאסט געווארן דורך הרה"ק בעל אמרי אש ממודזיץ זי"ע לקראת די שמחת הבר מצווה פון נכדו חביבו האדמו"ר ממודזיץ שליט"א.

נאכן לחיים איז פארגעקומען די באשיידענע סעודת מצווה מיט די בני המשפחה בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מסערט וויזניץ, וואו די אדמורי"ם שליט"א האבן פארברענגט בנועם שיח, שמועסנדיג זכרונות מימי קדם. נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, און דערנאך איז דער מודזיצער רבי פארבליבן אויף א פריוואטער באזוך ביים מחותן האדמו"ר מסערט וויזניץ ונפרדו לשלום בברכות לרוב.

די גרויסע שמחת הבר מצווה איז אפגעראכטן געווארן הערשט נעכטן זונטאג, נאכן ענדיגן דעם שנת האבל צו די פטירה פון הרבנית הצדיקת ממודזיץ ע"ה וועמענס ערשטע יארצייט איז אויסגעפאלן די וואך, כדי דער מודזיצער רבי זאל זיך קענען געהעריג משתתף זיין און מיטהאלטן די שמחה.

צום באשטימטן צייט זענען די אדמורי"ם ערשינען אינאיינעם צום שמחת הבר מצווה ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, במשך די שמחה האט האדמו"ר ממודזיץ אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ארומרעדנדיג בגודל קדושת ימי חודש אלול. די בר מצווה בחור האט געזאגט דאס פשעטיל און געבענטשט ברכת המזון על הכוס. נאכן בענטשן האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה מיטן בר מצווה בחור, און מיטן בעל שמחה הרב יחיאל יהושע האגער, באזונדער איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים צווישן די זיידעס האדמורי"ם שליט"א. צום שלוס פון די שמחה איז דער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב.

ביי די שמחה האבן זיך משתתף געוועהן בראש המסובין: האדמורי"ם משאץ וויזניץ, נדבורנא חיפה, קאסוב, הגה"צ רבי מאיר כץ ראש כולל ש"ס עיון, שלוחי דרבנן הרב יצחק גולדקנופף, הרב חנוך זייבארט, הרב שמואל גרינבערג דער מעיאר פון בית שמש און נאך.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ