העתירו אל ה': תפילות רבים צווישן חסידי סלונים פאר פאר צוויי אייניקלעך פון האד' מסלונים אין שווערע מצב אין שפיטאל

מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי סלונים זענען אין די יעצטיגער טעג פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין פאר צוויי חשובע אברכים אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכע געפונען זיך אין שפיטאל אין א שווערן מצב און זענען אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.

דעם מוצאי שבת בשעת תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול סלונים אין ירושלים, איז דעם רבינס אייניקל, האברך הרה"ג ר' אברהם בן חווה ברזובסקי שליט"א א זוהן פון הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים, אוועקגעפאלן לעיני כל הקהל, ער איז אריינגעפירט געווארן דורך די הצלה אין שפיטאל וואו די דאקטוירים האבן אנטדענקט אן אינערליכע בלוטיגונג רח"ל, און מען האט איהם באהאפטן צו א רעספירעיטאר וואס האט עטוואס סטאביליזירט די מצב.

היינטיגן מאנטאג איז ליידער אנגעקומען די שמועה לא טובה אז נאך אן אייניקל פונעם רבי'ן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט ערנסטע הארץ קאמפליקאציע'ס, די רעדע איז פון האברך הרה"ג ר' מנחם מענדיל בן לאה ברזובסקי שליט"א וואס איז א דאפלטער אייניקל פונעם סלונימער רבי'ן, א זון פון בנו הגדול הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אבד"ק סלונים ביתר און א איידעם ביים רבינס איידעם הרה"צ רבי פנחס שלאף שליט"א.

בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א איז פאררופן געווארן א מעמד תפילת רבים היינט מאנטאג נאכט ביים כותל המערבי אין שפיץ פונעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים שליט"א, וואו מען וועט איינרייסן רחמי שמים פאר די צוויי אייניקלעך פונעם רבי'ן מזרע המלוכה, ה׳ ירחם עליהם וישלח להם רפואה שלימה, בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ