עשירי קודש: צענטן יומא דהילולא פון הרה"ק מטאהש זי"ע ז"ך אב בצילא דמהימנותא אין קרית טאהש קאנאדע

מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


טויזענטער אידן האבן זוכה געווען אויסצו'פועל'ן ישועות ורפואות וכל משאלות לבם לטובה, אינעם צענטן יומא דהילולא קדישא ז"ך מנחם אב, פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע, און מיט א באזונדערע התרוממות דקדושה איז געפראוועט געווארן די גרויסע טאג ביי תלמידי וחסידי טאהש המקושרים לאילנא דחיי, בצילא דמהימנותא קדישא פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, אין קרית מלך רב קרית טאהש.

בימי הילולא קדישא האט דער טאהשער שטעטל געווירבלט מיט מאסן אידן וועלכע האבן עולה רגל געווען און געקומען מרחוק ומקרוב פוקד צו זיין דעם ציון הק', ווי מען האט פארגאסן נחלי דמעות לישועת הכלל והפרט, וכל משאלות לבבם לטובה בזכותו של אותו צדיק עמוד צלותהון דישראל. במשכ'ן גאנצע 24 שעה פונעם יומא דהילולא האט זיך נישט אּפגעשטעלט דער ענדלאזער שטראם פון טויזנטער אידן וועלכע זענען געקומען מתפלל זיין אויפ'ן ציון הקדוש, קרית טאהש איז געווען באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס האבן נישט אויפגעהערט צו שטראמען. אויפ'ן גאנצן וועג ארויף צום ביה"ח איז מען געגאנגען מאסן אידן, און מ'האט איינגעריסן אויף ישועתן של ישראל מיט אן התעוררות נפלא, זייענדיג נכון לבם בטוח בזכותו פונעם בעל הילולא, אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.

מיטוואך פארנאכטס איז פארגעקומען א גאר רייכע פראגראם און סעודת הילולא פאר די תלמידי הישיבות הקדושות פון אמעריקא און קאנאדע, עס איז פארגעקומען בהיכל השלחנות אינעם בנין ישיבה קטנה, ווי די חשובע בחורי חמד האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, און עס האט אויפגעטרעטן דער משמש בקודש הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש שליט"א, וואס האט אויפגעוויקלט שיינע זכרונות וסיפורים פון די לעכטיגע זמנים בהלו נירו עלי ראשינו. שפעטער איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד, און משמיע געווען דברות קודש מיט גרויס התרגשות, ארויסהויבנדיג די עבודת הכנה וואס די בחורים האבן געמאכט צו די הייליגע טאג, און ס'איז זיכער אז דער בעל ההילולא וועט אראפגיסן פאר זיי אלעס גוטס אין די גרויסע זכות. דערנאך זענען די בחורים אריבער ביים רבי'ן, און דער רבי האט פארטיילט די נייע ספר עבודת משולם פייש לשבת קודש, אלס מתן שכרן בצדן.

ווי נאר די נאכט איז צופאלן איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב, די ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט מיט א ריזן ציבור תושבי קרית טאהש, און הונדערטער געסט וואס האבן זוכה געווען זיך צו געפינען אינעם הייליגן שטאט ביומא דהילולא קדישא.

תיכף נאך מעריב איז סערווירט געווארן א רייכע סעודת הילולא פארן גאנצן ציבור, ווי די היכל ביהמ"ד הגדול איז געווען צוגעגרייט מיט א מייסטערהאפטיגן אויסשטעל אריינעמענדיג אין זיך די גאנצע ביהמ"ד מקצה אל קצה. אויפן לאנגן אויבן אן האבן באשיינט צווישן אנדערע, דעם רבינס שוואגער'ס כ"ק אדמורי"ם מהאדאס, ספינקא מאנטריאל, גאב"ד טאהש מאנסי, זידיטשויב חרדים, זוטשקא קאראקאס, זידיטשויב פרעמיסלא, האדמו"ר משאץ מאנטריאל, ראב"ד סקווירא, גאב"ד סאטמאר מאנטריאל, אב"ד ראשית חכמה, אב"ד וויזניץ מאנטריאל, אב"ד טאב, האדמו"ר מדעלאטין, אב"ד נאפקער, דומ"ץ סקווירא מאנטריאל, אדמו"ר מראדאשיץ קרית יואל, אב"ד בית נפתלי מאנסי, אב"ד טריסק, אב"ד אוהעיל, און נאך.

צום באשטימטער צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת שלחן הטהור, דער רבי האט געצינדן לעכט און זיך געוואשן צום סעודה. במשך די סעודה האט די מקהלות המנגנים דחצר הקודש טאהש אנגעפירט מיט די ניגונים המקובל מבית מדרשו של רבי, ווי דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן מיט א שטיק בענקשאפט און התעוררות ביים זינגען די ווארימע ניגונים.

דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די גאנצע עדה הקדושה לעילוי נשמתו פונעם בעל ההילולא זי"ע, און געזאגט קדיש. דערנאך טועם געווען פון די פיש און ארויפגעשיקט שיריים פארן גאנצן עולם, און געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

די רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה, ממשיך צו זיין די הייליגע וועגן, און דערציילט עובדות וסיפורים, אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב. נאך די דברת קודש האט די רבי  געבענטשט על הכוס.

שפעטער אויפדערנאכט ארום 1:00 איז דער רבי שליט"א פלוצלינג אנגעקומען צום ציון, ווי דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש, און פארגאסן טייכן טרערן פועל'נדיג ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, דער רבי האט געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע וויילע.

דאנערשטאג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא קדישא איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד צו תפלת שחרית אינאיינעם מיט כל הקהל הקודש און די תלמידי הישיבות, ווי דער רבי האט פארגעדאווענט פאר'ן עמוד און עולה געוועהן לוי. נאכן דאווענען האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי עטליכע בריתן ביי די חסידים, וואו דער רבי האט קורא שם געוועהן די קינדער על שמו הק' פונעם בעל ההילולא משולם פייש און דערנאך געבענטשט די קינדער און אנגעוואונטשן די עלטער'ן און זיידע'ס ברכות לרוב.

תיכף דערנאך איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה, א חרדת קודש האט ארומגענומען דעם גאנצן ציבור ווען דער רבי משמיע געווען דברות קודש בקול בכי, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע דביקות און העכערע עבודה וואס דער בעל ההילולא האט געהאט מיטן תהלים'ל, און מעורר געווען אז דער צדיק זאל משפיע זיין כל טוב בזכות אמירת תהילים.

דאן האט זיך דער רבי משטתח אויפן ציון הק' פאר עטליכע מינוט, און דערנאך האט מען אין א התעוררות'דיגע שטימונג אנגעהויבן גאנץ ספר תהלים בהתעוררות רב. נאך יהי רצון און י"ג מדות של רחמים האט דער רבי געזאגט קדיש. און דערנאך געליינט קוויטלעך פונעם ציבור פאר אריבער א שעה צייט.

כחצות היום איז דער רבי ווידער ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת יום כיפור קטן מיט גרויס התעוררות לרגל ער"ח אלול מוקדם. און תיכף דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מנחה.

נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און דברי התעוררות בגודל וקדושת היום.

שפעטער נאכמיטאג אויפגענומען א גרעסערע ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך, בחדר הפרטי בבנין הישיבה. צווישן אנדערע האט דער רבי אויפגענומען תלמידי ישיבת ים התלמוד פון מאנטריאל, וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה שליט"א.

שפעט באנאכט נאך קבלת קהל איז דער רבי אנגעקומען צום ציון הקדוש צום דריטן מאל דורכאויס דעם מעת לעת פונעם יארצייט און מתפלל געווען למען הכלל והפרט, ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ