מעמד אדיר "הנחת אבן הפינה" פאר בנין הגדול דק"ק ומוסדות סאטמאר אין ירושלים ביומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

מוצאי שב"ק פ' ראה • כ"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


אשרי עין ראתה, א התרגשותדיגער היסטארישער טאג איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר בעיר הקודש ירושלים, דעם פארגאנגענעם מיטוואך ראה כ"ו מנחם אב בעצם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס וועט בלייבן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים בקרב קהלת סאטמאר, ווי עס איז געגאסן געווארן דער אבן הפינה פארן גינגאנטישן אכט שטאקיגע בנין הגדול בפלטרין של מלך וואס וועט אינהאלטן אין זיך אלע צרכי קהלות ומוסדות סאטאמאר, א בית המדרש הגדול און מוסדות התורה וואו עס וועלן נתחנך ווערן א לגיון של מלך פון הונדערטער און טויזענטער תלמידי מוסדות סאטמאר אויפן זעלבן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מען האט מקבל געווען פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בתורה ועבודה מתוך יראה הטהורה על דרך ישראל סבא.

א באזונדערע התרגשות של שמחה האט געהערשט ביי דעם געוואלדיגן מעמד הנהדר צווישן אלע תלמידי וחסידי סאטמאר זקנים עם נערים אנשים נשים וטף, ווען מיט בלויז צוויי יאר צוריק האט מען זיך ליידער געזעגנט פונעם בית המדרש און מלוה געווען די הייליגע ספרי תורה נאכדעם וואס דער גאנצער בית המדרש מיט די ספרי קודש זענען ארויף אין פלאמען, שטייט מען יעצט ב"ה ביים געוואלדיגן מעמד הנהדר שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה מיטן גיסן א פרישן יסוד אבן הפינה פאר אזא מלכות'דיגן בנין גדול, באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה, מיט א תפלה צום אייבערשטן השלם זה הבנין.

דער היסטארישע מעמד הגדול איז פארגעקומען אויף די הושע גאס על יד שטח האדיר ווי עס וועט אויפגעבויעט ווערן דער בנין הגדול. דער גאנצער שטח איז  געווארן ספעציעל אהערגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור זקנים עם נערים, כולם נקבצו באו לך מיטצוהאלטן די געהויבענע היסטארישע שעות.  במשך דעם מעמד איז געליגן פארנט פונעם בימת הכבוד דער "אבן הפינה" וואס איז געגאסן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם פארלאפענעם פסח שני אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל שליט"א אין קרית יואל.

דורכאויס די מעמד מעמד האט מהנה געווען בשירה ובזמרה די קאפעליע לבית ויזניץ, אין שפיץ פון ר' יואל קליין הי"ו ראש המשוררים בקהלות סאטמאר אין ארה"ק.

עס איז אויפגעשטעלט געווארן א צוויי שטאקיגע פלאטפארמע, ווי עס האבן באשיינט דערויף הרבנים הגאונים שליט"א, ובתוכם הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, דער אורח הכבוד הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבדי"צ העדה החרדית, הגאון הגדול רבי צבי פריעדמאן שליט"א ממנהיגי בני תורה, וגאב"ד ביד"ץ מסורת, המשפיע הגה"צ רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א, און נאך פילע גדולי הרבנים שליט"א

אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ח ר' משה מענדל הערשקאוויטש שליט"א מרביץ תורה במוסדות סאטמאר ירושלים, וועלכע האט אנגעפירט דעם מעמד בטוב טעם ודעת. גלייך ביים אנהייב פונעם מעמד איז געמאלדן געווארן, אז מען וועט האבן די זכי' צו הערן דעם דבר ה' ברמה דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דורך א לייוו-הוקאפ ספעציעל פאר די בני ציון היקרים, און ביז מען האט פארבינדן דעם טעלפאן צום רבינס שטוב קיין קרית יואל איז געזינגען געווארן עטליכע ניגוני הכנה זיך צוגרייטן צו הערן די דברי אלוקים לחיים. דערויף האט א טאפענעדע שטילקייט געהערשט בחוצות עיר הקודש ירושלים, ווען דעם רבינ'ס קול איז געהערט געווארן על פני חוצות ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען שטארקע דברות קודש לרגל המאורע, מיט א בקשה צום אייבערשטן אז מען זאל בקרוב זוכה זיין אז דער הייליגער בנין זאל נקבע ווערן גלייך נעבן דער בית המקדש השלישי. נאך די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א האט דער קאפעליע אויסגעבראכן אין פייערליכע געזאנגען.

דאן האט דער יושב ראש המעמד אויסגערופן הגאון האדיר רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ העדה החרדית, וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דיבורים לרגל המאורע.

דער משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הגאון הגדול דומ"ץ סאטמאר ירושלים שליט"א, ארויסברעגענדיג די געוואלדיגע זכי' אז נאכן 'באש הצתה' ווען דער בית המדרש איז ארויף אין פלאמען 'באש אתה עתיד לבנותה' איז מען זוכה צו אזא געוואלדיגע מאמענט מיטן גיסן די פרישע יסודות הבנין. און מיט א קול בוכים האט דער דיין שליט"א ארויסגעברענגט, אז ירושלים עיר הקודש איז געווען די ערשטע פלאץ ווי דער בעל ההילולא הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויפגעשטעלט קהלות ומוסדות נאכן צווייטן וועלט קריג, און יעצט ווען מען שטייט אין אזא צייט מיט ממשיך זיין די הייליגע דרכים אויף ווייטער איז זיכער אז דער בעל ההילולא געפונט זיך דא אויפן ארט, און מען קען זיך אויסבעטן אלעס גוטס, ובפרט איבערן גזירת השמד דאהי אין ארצינו הקדושה מיטן ביטערן גזירת הגיוס, און דער דיין שליט"א האט דאן פארגעזאגט פסוק בפסוק קאפיטל כ' בהתעוררות רב, און דערנאך אנגעוואנטשן בברכת ציון וירושלים פאר די אלע נדבני ובוני הבנין.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הרב הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינמיטן די הארציגע דיבורים האט זיך רבי מאיר שליט"א אפגעשטעלט אויף א וויילע ווען מען האט מיט גרויס עקסטאז און התרגשות מקבל פנים געווען די שני מאורות הגדולים, צום ערשט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און דערויףמרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, והנה המלכים נודעו יחדו, אין א היסטארישע שריט האבן זיך די צוויי זקני ירושלים ומישישי הדרה ווארעם באגריסט איינער דעם צווייטן, ווען פון אלע זייטן האבן די טאטע'ס אויפגעהויבן די קינדער געבענדיג די זכי' מיטצוהאלטן אזא היסטארישע מאמענט בעת ווען די קאפעליע זינגט לעבעדיגע ניגונים לרגל המאורע. דערנאך האט דער נאום הכבוד הגה"צ רבי מאיר שליט"א צוגענדיגט זיין דרשה מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים און בוני ונדיבי הבנין.

דאן האט דער יושב ראש ווארעם אנגעוואנטשן די שני מאורות הגדולים, אשר מצלאין אנו לחיי מלכא רבנן אויף לאנגע געזונטע יארן, און דערויף האט מרן פוסק הדור שליט"א בעל תשובות והנהגות געגאסן דעם אבן הפינה און פארלאזט דעם מעמד. דערנאך איז געהערט געווארן דברי ברכה פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכע איז אויך מכובד געווארן צו גיסן דעם אבן הפינה, און פארלאזט דעם מעמד.

דערנאך איז געהערט געווארן דברי ברכה דורך הגאון הגדול רבי צבי פריעדמאן שליט"א ממנהיגי בני תורה, וגאב"ד ביד"ץ מסורת. דערביי האט זיך דער יושב ראש באדאנקט פאר אלע נגידי ונדיבי תומכי בית סאטמאר, וועלכע האבן בייגעשטייערט ריזיגע סומעס פארן בנין הגדול, ובראשם הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקא צום היסטארישן מעמד אבן הפנה.

ביים סוף פונעם מעמד איז געווען איינס פון די גרעסטע הויכפונקטן, ווען דער קאפעליע האט געזינגען ניגוני קודש בעת הרבנים הגאונים, ראשי פני העדה, מרביצי תורה וכלי קודש, עסקני הקהלה והמוסדות גיסן דעם אבן היסוד פארן בית גדול וקדוש לה' אלקי ישראל, און מיט דעם האט זיך פארענדיגט דער היסטארישער מעמד, ובכן יתקדש שמך על ירושלים עירך, אויסשרייענדיג דעם ויואל משה אמת ותורתו אמת אז מען קען בויען אזא בנין גדול בפלטרין של מלך בלויז פון ריין ערליך געלט, אויפן הייליגן דרך וואס מען האט מקבל געוועהן פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און ווערט נמשך בגאון ובעוז דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיט א תפלה צום אייבערשטן בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ