יערליכע מעמד התפילה ביים מקום משכן שילה כמסורת כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בראשות האד' מקאסוב

פרייטאג פ' ראה • כ"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


ווי יאהר יערליך איז אויך דאס יאהר אפגעהאלטן געווארן דער געהויבענע מעמד התעוררות און תפילת רבים אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען "משכן שילה" וואס איז די לעצטע יאהרן נתפרסם געווארן אלס א מקום מסוגל פאר ישועות, נאך וואס כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל האט מיט אריבער צעהן יאהר צוריק מגלה געווען די קדושת המקום דארט ווי חנה האט אויסגעפוילט זרע של קיימא, און אויסגעטראטן די כח התפילה לדורות.

דאס יאהר האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א באשטימט די מעמד אויף דינסטאג ראה, די מעמד איז געווארן אנגעפירט דורך הרב חיים מאיר שטיינמעץ הי"ו יושב ראש ארגון 'שמחתי בישועתך' וואס טוט אויף גדולות ונצורות למען קדושת המקום. די מעמד איז געוועהן מיט די השתתפות פון א גרויסע ציבור חסידים ואנשי מעשה, און חסידישע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען מיט ווארימע און פרייליכע ניגונים.

תיכך נאך תפילת מנחה האט מען אנגעהויבן די ניגוני דביקות און די פיוטים פון די תפילות ימים הנוראים בנוסח קאסוב – וויזניץ, וואו אידן האבן זיך אויסגעוויינט בדמעות שליש, און דאס התעוררות איז געווען אומבאשרייבלעך. דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג איבערן קדושת המקום, און דער רושם פון דעם הייליגן ארט וואס איז פאר הונדערטער יאהרן בזמן המשכן געוועהן ווי א צינור פון שפע, וואס איז קאי וקיים ביז צום היינטיגן טאג, און וואו מען מען זעהט בחוש – בפרט די לעצטערע יאהרן די ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידישע קינדער האבן זיך אויסעגעבטן אויף דעם מקום קדוש.

דאן האט מען מיט גרויס התעוררות ותחנונים אינאיינעם געזאגט דער תפילת חנה וואס איז מסוגל געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא און זעהן נחת פון די קינדער. דא האט דער רבי שליט"א ווידער גענומען דאס ווארט און דערמאנט אז ער האט א טאג פריער, באזוכט ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואו דער רבי האט זיך אויסגעדורקט "ספר תורה שרוי בצער" און מעורר געוועהן דעם ציבור אינזינען צו האבן דעם רבי'ן לרפאוה שלימה ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו. באזונדער האט דער רבי דערמאנט דער ביטערע מציאות אין ארצינו הקדושה מיטן גזירת גיוס בני הישיבות, מען האט דערביי מוסיף געוועהן די 15 שיר המעלות און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר האדמו"ר מוויזניץ מרן ישראל בן לאה אסתר, און פאר האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן מרן דוד בן סימא מירל בתוך שאר חולי ישראל.

צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, און די גאנצע ציבור איז דורך אל מול פני הקודש מיט קוויטלעך, צווישן זיי פילע אידן וועלכע ווארטן אויפגעראכטן צו ווערן מיט קינדער, זיווגים הגונים, און כל מיני ישועות. די רבי האט יעדן באזונדער געוואונטשן במאור פניו און מיט פיל ברכות, און פארטיילט פירות פאר אלע משתתפים.

נאכן מעמד איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו א פארעם אינעם געגענט, וואו די שילה ארגאניזאציע האלט עטליכע רויטע קיען וואס זיי האבן פאריגע זומער זיך איינגעהאנדלט און ווארטן אז משיח זאל אונז אויסלייזן צו קענען מאכן דערפון אפר פרה, דער רבי האט געהערט איבער די השתשלות הענינים דורך די פארעם פארוואלטונג און געוואונטשן ברכת קדשו. פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום ארטיגן שוהל וואו מען האט געדאווענט תפילת מעריב.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ