הוי גולל עם תלמידים: האד' מסאדיגורא באזוכט אין די ישיבת בית הזמנים קעמפ פאר בחורי סאדיגורא

פרייטאג פ' ראה • כ"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם זומער קעמפ, די ישיבת בין הזמנים דחסידי סאדיגורא וואו עס האבן זיך אויפגעהאלטן די בחורי החסידות, און תלמידי הישיבות הקדושות צו פארברענגען די בין הזמנים טעג אין א היימישן תורה'דיגן אטמאפער.

די זומער קעמפ איז נתייסד געווארן  פאריאהר דורך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און צום היי יעריגן זומער האט די הנהלת המוסדות אפגעדינען א גרויסן קאמפלעקס אין שטאט מגדל העמק פארן קעמפ המכונה "מחנה משיבת נפש". באלד ווען דער רבי שליט"א האט זיך אהיימגעקערט פונעם מקום הנופש אין שווייץ איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מגדל העמק לראות את שלום הצאן.

ביים אנקומען האבן די בחורים מקבל געוועהן את פני הקודש בשירה וזמרה, און מען האט תיכף געדאוונט מעריב ברוב עם, עס האט נאכגעפאלגט מיט א מעמד קבלת פנים ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש, און אלע בחורים זענען דורך שלום נעמען, אויפן ארט איז אויך אפגעראכטן געווארן די חאלאקע פאר איינער פון די תושבי המקום, דערנאך איז די רבי ארויס אויף א שפאציר אינאיינעם מיט די צוות המחנה און די משגיחים, און זיך ארומגעדרייט ארום די גאנצע קאמפלעקס צוזעהנדיג ווי די בחורים שעפן פרישע כוחות צום נייעם זמן, וקווי השם יחליפו כח.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ