מיטוואך פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם בעל ההילולא מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט היינט נאכט אור לכ"ו אב. נאכן מתפלל זיין ביים ציון הק' איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די ישיבה תורת צבי ספינקא בנשיאות כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א און בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש הישיבה וועלכע האט איינגעלאדענט דעם רבי'ן אויף א באזוך אין די ישיבה וואס איז סטאנציאנירט אין די גבולות פון קרית יואל.
דער רבי שליט"א האט צום ערשט באזוכט ביים נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א בחדרו הפרטי אין ישיבה. נאכן באזוך האבן ביידע אדמור"ים געדאווענט מנחה אינאיינעם בהיכל הישיבה , און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א מיט די באטייליגונג פון די תלמידי ישיבה קטנה און די ישיבה גדולה, רבנן ותלמידהון.
כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א האט מיט קורצע דברות קודש מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט און ארומגערעט איבער די קשרי ידידות צווישן צדיקי בית וויזניץ און ספינקא און דערביי מעורר געוועהן די בחורים אינזינען צו האבן דער וויזניצער רבי מרן דוד בן סימא מירל לרפואה שלימה בקרוב. דער ספינקא רבי האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א צו רעדן פאר די בחורים. דער רבי האט איבערגעגעבן דברי חיזוק ללימוד התורה און מסיים געוועהן מיט א ברכה מיוחדת פארן נשיא הישיבה ידידו מאז ומקדם דער ספינקא רבי שליט"א.
צום שלוס פונעם מעמד האט די ספינקא רבי מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א צו פארטיילן לחיים און מזונות פאר די בחורי הישיבה, און דער רבי שליט"א האט ארויסבאגלייט דעם וויזניצער רבי'ן ביותרת הכבוד.