איינוואוינער פון יישוב ענתות באזוכן ביי האדמו״ר מבעלזא לכבוד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד אינעם יישוב

מיטוואך פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אמ"ש, JDN


פארלאפענעם וואך זענען א גרופע איינוואוינער פונעם יישוב ענתות, אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לרגל די מעמד הכנסת ספר תורה פאר א ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הנגיד ר' יעקב איטח הי"ו מעמודי התווך פונעם יישוב, לע"נ זיין זון וואס איז אומגעקומען בשעת די שמחת תורה מלחמה אין ארץ ישראל, הי"ד. דער רב שליט"א האט זיך אינטערסירט ביים רב פונעם יישוב הרב שמואל ווייס שליט"א איבער זיינע פילע אויפטוהונגען אינעם שטעטל להרמת הדת ויהדות און איבער זיינע שיעורים וואס ער געבט איבער רעגלמעסיג אין די צוויי בתי מדרשים אין שטעטל.

די פארזאמעלטע האבן געזינגען עטליכע ניגונים און זמירות וואס מען זינגט צווישן עדת הספרדים, און דער רב האט מעיין געוועהן אין די נייע זמירות וואס טוט ערשיינען לכבוד די מעמד, בנוסח ספרד. אויך האט זיך דער רב שליט"א נאכגעפרעגט ווער ס'איז דער סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה, זייענדיג געשריבן בכתב ספרדי. צום שלוס זענען אלע תושבים אריבער און ערהאלטן ברכת קדשו.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ