התחלת המערכה: קידוש שם שמים בחוצות מאנהעטן ביי מאסן פיקעטינג קעגן גזירות הגיוס

דינסטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

אחים לעטשעווסקי


טויזענטער בני תורה, תלמידי חכמים מובהקים, במעמד רבנן ותלמידיהון, האבן איבערגעפילט די גאסן פון מאנהעטן אקעגן דעם ציוני'סטישן קאנסולאט לענגאויס די צווייטע עוועניו פון 42th סטריט ביז 44th סטריט צו א "עצרת מחאה אדירה – מאסן פיקעטינג", אויפן קריאת הקודש פונעם שר צבא השם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און אויפן רוף פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה.

דאס קומט נאכדעם וואס דער גאנצער יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט שטורעמט און קאכט ווען דער גזירת הגיוס וואס הויערט שוין יארן לאנג אויף די בחורים אין ארץ הקודש איז ענדגילטיג ארויף צום קלימאקס שטאפל, ווען די ציוני'סטישע רעגירונג האט שוין פאקטיש אנגעהויבן נאכיאגן די בחורים, און שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, ה' ירחם. אין דער זעלבער צייט קומען פאר שוידערליכע חיטוטי שכבי מיטן אויסגראבן די קברי הקדמונים אין שטאט יאהוד ה"י. און ווען ערליכע אידן בני ציון היקרים קומען ארויס מוחה זיין אקעגן די רשעים באגייען זיי זיך מיט שוידערליכע בארבארישע שריט באגלייט מיט מכות אכזריות שיש בו כדי להמית, עלי רוב מחץ ורוב מכות אשר הכו.

טראץ דעם וואס מען שטייט אין די זומער וואכן, איז ארויסגעקומען דער רוף פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אז מען מוז זאפארט זיך צונויפנעמען צו א 'עצרת מחאה אדירה' צו 'עפענען די מערכה' אין חוץ לארץ, און ארויסקומען מוחה זיין אקעגן די ציוני'סטישע קאנסולאט, וואס דאס איז בלויז א הקדמה צו די בעפארשטייענדע מערכה האדירה וואס גרייט זיך איינצופעדעמען ביים יהדות החרדית. און עס האט זיך באשיינפערליך ארויסגעשריגן דעם 'עוד ישראל רד עם קל', ווען עס האט זיך אנפלעקט דאס בילד ווי טויזענטער בני תורה האבן פארמאכט די גמרות און שולחן ערוך, און ארויסגעקומען בחוצות וברחובות זיך אנצונעמען פארן כבוד שמים המחולל.

עס האבן זיך ארויסגעלאזט באסעס פון אלע שטעט איבער גרעיטאר ניו יארק, סיי פון די שטאט און סיי פון די ווייטע קעטסיקלס בערג. צום באשטימטן זמן 3:00 נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן דעם עצרת מחאה אדירה, ווען עס האט זיך גלייך געהערט סאטמאר'ס צענטראלע קול הרה"ח ר' יצחק אייזיק דאסקאל שליט"א אויסרופענדיג וויכטיגע פרטים און מודעות צו די ארדענונג פונעם "עצרת מחאה אדירה – מאסן פיקעטינג".

אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א, וועלכע האט געעפנט דעם עצרת, און אויסגערופן הגה"צ רבי דוד יהודה הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש מאנסי, וואס האט בקול חוצב בקול בוכים עלעקטערעזירט דעם ציבור מיט זיינע פייערדיגע ווערטער, און אינצווישן איז געהערט געווארן די קולות המחאה פון די טויזענטער משתתפים.

דערנאך האט מען אויסגערופן הרב החסיד המרומם ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, אשר סמך ידו עליו הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו טוהן עסקנות ושתדלנות למען הכלל והפרט, וועלכע האט אויפגעטרעטן קודם אין די אידישע שפראך, און דערויף א לענגערע דרשה אויף די ענגלישע שפראך ספעציעל פאר די 'ברייטע פרעסע מידיע', און האט מיט שטארקע נקודות ארויסגעברענגט אונזער וויי געשריי פארוואס מיר זענען זיך דא צוזאמגעקומען, און דער ציבור המוחים האט נאכגעשריגן די קולות המחאה מיט סטעיטמענ'ס אויף די ענגלישע שפראך.

מיטן דבר המערכה האט אויפגעטרעטן הרה"ח רבי שמואל ווייספיש שליט"א פון ארה"ק יו"ר וועד למען אסירי ציון, וועלכע האט געשילדערט דעם ביטערן פיינפולן מצב אויף פון די רדיפות הדת אויף אונזערע ברודער אין ארה"ק, און זיך געבעטן ביים ציבור אז אחב"י אין ארה"ק שרייען אויף הילף, און עס איז אונזער חיוב זיי ארויסצוהעלפן בגוף ובממון. אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז אפילו עס וואלט נישט געווען די אלע ביטערע גזירות על הדת, דארף מען אבער קלאר וויסן אז די עצם עקזיסטענץ פון די מלכות המינות איז א מרידה במלכות שמים ובגזירת עול הגלות, און מיר דארפן ארויסהעלפן די אידן וואס זענען מנותק לגמרי מהם ומהמונם.

דערנאך האט דער יו"ר אויסגערופן מיט די משא המעמד כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, וואס האט מיט א קול חוצב להבות אש ארויסגעברענגט די דבר המערכה במשנתו פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און אויפגעפלאקערט דעם ציבור האלפים צו ארויסהעלפן אונזערע ברודער אין ארה"ק מיט די מערכות הכבידות אקעגן די פינסטערע גזירות פון די ציונים און אירע נאכשלעפער.

נאך די פייערדיגע דרשה פונעם מאנסי סאטמאר רב שליט"א, האט דער יו"ר המעמד פארגעזאגט די החלטת העצרת, און דערביי אויסגערופן הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א, וועלכע האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים בקול חינוק דמעות, וואס דער 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד' איז אויסגעשריגן געווארן אין די גאסן פון מאנהעטן דורך אזא ציבור עצום פון טויזענטער בני תורה וועלכע שרייען אויס דעם קול מלחמה במחנה, מיט א פעסטע ציל אנצוהאלטן דעם מלחמה לה' בעמלק מדור דור אקעגן די עוקרי ומפירי התורה.

ווען די זייגער האט געקלאפט קרוב צו פינף אזייגער נאכמיטאג, איז זיך די ציבור צוגעגאנגען מיט א התחלה פון הכרזת המלחמה און מיט פעסטע החלטות צו שטיין לימין פון אחינו בארץ הקודש און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז לא ננוח ולא נשקוט ביז ווילאנג זיי וועלן אראפ נעמען זייער הענט פון יהדות החרדית.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ