זכר צדיק לברכה: פינפטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל אפגעראכטן מיט התרוממות דקדושה בחצה"ק סאדיגורא

דינסטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, דוד קשת, JDN


מיט התרוממות דקדושה האבן חסידי סאדיגורא אפגעצייכנט די 5'טע יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצוק"ל, וואס איז אריבער מיט גרויס התעוררות בצל בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.

דאנערשטאג נאכמיטאג ערב יומא דהילולא רבה איז דער רבי שליט"א ארויף במעמד קהל רב צום ציון הק' ביים חלקת צדיקי בית רוזשין אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, די רבי שליט"א האט אנגעצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט א גאנץ יאהר אויפן ציון הק', מען האט געזאגט די מזמורי תהילים וואס איז מקובל בבית רוזשין, און די רבי האט געליינט קוויטלעך און א לענגערע צייט מעתיר געווען לדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט. שטייענדיג ביים ציון הק' איז צוגעגעקומען צום רבי'ן הרה"ח הישיש רבי דוד משה סגל הי"ו משמש בקודש ביי אדמור"י סאדיגורא לדורותיהם און געבעטן פונעם רבי'ן זאל מעורר רחמים צו זיין ביים פאטער דער רבי זצ"ל כרחם אב על בנים אויף די שרעקליכע מצב ביי כלל ישראל מיט די ביטערע גזירת הגיוס, און די רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו.

בשעת אלע תפילות אין טאג פונעם יארצייט איז די רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם דאווען שטוב צו זאגן די קדישים.

בליל ההילולא רבה נאך מעריב איז דער רבי ערשינען צום טיש לכבוד די הילולא אינעם גרויסן סאלאש בחצר הקודש, די רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך כל קהלא קדישא לטובת נשמתו פונעם בעל הילולא, און דאן געזאגט קדיש, מיט התחלת הש"ס האט די רבי מכבד געווען הגאון רבי חיים יצחק שולמאן לאנגיעריגער חברותא פונעם בעל ההילולא, מ'האט געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש, יסודת'דיגע הדרכות און ענינים במשנתו פונעם פאטער דער בעל הילולא.

ביים ענדע פונעם טיש האט מען פארקויפט א מטבע לברכה ושמירה כנהוג בבית רוזשין בעידנא דרעווא, דער מטבע איז אפגעקויפט געווארן דורך הנגיד רבי ישכר קנול הי"ו פארן סומע פון אכט טויזנט דאללער, נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן נאכ'ן זיך צוריקקערן פון די ימי המנוחה אין אויסלאנד.

צופרי איז די רבי ערשינען צו תפלת שחרית אין היכל ביהמ"ד הגדול, וואו עס האבן מיטגעדאווענט א גרויסער ציבור חסידים, די רבי האט פארגעדאוונט ביז ישתבח לכבוד די יארצייט, און נאכ'ן דאווענען מעריך געווען א שלחן לחיים, ווי די רבי האט פארגעלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, דערנאך האט די רבי מכבד געווען עטליכע פון זקני ונכבדי העדה צו דערציילן עובדות און סיפורים פונעם בעל ההילולא, און די רבי האט משמיע געווען אמרי קודש.

די יום ההילולא האט נאכגעפאלגט מיט א געהויבענעם שבת 'נאספים' במוצאי יומא דהילולא, וואו הונדערטער חסידים מכל קצוות הארץ האט מטטגעהאלטן דעם יערליכן שבת התאחדות בהאי שבתא דריגלא, די סעודות שבת זענען אפגעראכטן געווארן בצוותא חדא בשבת אחים גם יחד, די בחורי חמד האבן באזונדער געגעסן די סעודות מיט די ראשי החבורות.

פרייטאג צונאכטס האט די רבי אפגעראכטן דעם טיש אנגעהויבן פון שלום עליכם, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז נתכבד געווארן הגה"צ רבי נפתלי הירץ מענדלאוויטש אב"ד טורקא, דער טיש האט זיך פארצויגן ביז ארום צוויי אזייגער אויפדערנאכט, און כמעשהו בראשונה איז שלש סעודות געפראוועט געווארן בנהירו עילאה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ