האד' מדאראג וויילט שבת אין די רמות געגענט אין ירושלים אויף מנוחת הנפש

מאנטאג פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


אין די יעצטיגער טעג וויילט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א אויף אפרוה אין עיה"ק ירושלים, במעון קדשו אין שכונת רמות. צו די תפילות מידי יום ביומו ווערן אריינגעלאזט א מנין מצומצם חסידים לויט א באשטימטן סדר, די וואך שבת האט די רבי שליט"א אפגעראכטן מיט די נאנטע מקורבים און די בני המשפחה.

מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען אין די אכסניא פון רבי'ן די שמחת החאלאקע פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי האט אפגעשוירן דאס קינד און מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, שפעטער איז די רבי אריינגעפארן צו די גני גאולה געגענט און אפגעראכטן מלווה מלכה אין שטוב פון מקורבו הנגיד רבי חיים ניימאן הי"ו, אינאיינעם מיט די חסידים תושבי ירושלים והגלילות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ