שיינע רבישע חתונה אין די הויפן פון טשארנאביל – קרעטשניף סיגעט – טשערנאוויץ – ראדאשיץ – סטרעליסק

זונטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין דער שטאט בית שמש איז די פארגאנגענעם וואך אפגעראכטן געווארן די שיינע רבישע חתונה אין די הויפן פון טשארנאביל – קרעטשניף סיגעט – טשערנאוויץ – ראדאשיץ – סטרעליסק, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א פון אשדוד, א זון פון זיין איידעם הגה"צ רבי ישראל האראנטשיק אדמו"ר מראדאשיץ וועלכע האט לעצטנס געגרינדעט זיין שיינעם הויף אין רמה ד' בית שמש, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מטשערנאוויץ און קרעטשניף סיגעט, א טאכטער פון הגה"צ רבי חיים מאיר שנעעבאלג אבד"ק סטרעליסק וועלכע האט די וואך געפענט די טויערן פון זיין נייעם ביהמ"ד אין רמה ג' בית שמש. די שמחה איז פארגעקומען אין די פארהאנד זאל אין שטאט בית שמש וואו הונדערטער חסידים פון נאנט און ווייט האבן מיטגעהאלטן די שמחה בבית צדיקים.

ביים מעמד החופה זענען מכובד געווארן מיט די כיבודים ווי פאלגענד: סידור קידושין די זיידע כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א, און ברכה אחריתה די זיידע כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, נאכן חופה האבן די דריי זיידעס האדמורי"ם שליט"א מאציל געוועהן ברכת קדשם לרוב פאר אלע משתתפים ביי די שמחה און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, לקול תרועת הזמר.

בשעת די חתונה האבן באשיינט די שמחה פילע אדמור"ים, קרובי המשפחה און די רבני העיר בית שמש, ובראשם די פעטערס האדמור"ים מטשערנאביל, דעעש, סטראפקוב, מיאלען, ראזלא, ראדושיץ, הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער גאב"ד קרית הרמ"א בי"ש, און האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, שומרי אמונים, נדבורנא ביתר, ראחוב, טרעבישאן, לעלוב בית שמש, ספינקא בית שמש, שאץ דראהאביטש, ספינקא בני ברק, ברעזאן, ראש ישיבת שומרי אמונים און הגה"צ רבי שמואל בראנסדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית.

מיט די שבע ברכות ביים בענטשן זענען מכובד געווארן האדמורי"ם מראדאשיץ, מיאלען, ראזלא, הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, און הגה"צ רבי יואל טייטלבוים ראש ישיבת סאסוב.

כחצות הלילה בעת נעילת שער האט בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס הי"ו אויפגערופן די חשובע זיידע'ס און פעטער'ס פון ביידע צדדים צו די ריקודין קדישין לפני הכלה, און ארום 3:30 פארטאגס האט מען פארענדיגט די געהויבענע חתונה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ